וויליאַם ריטשאַרד האַרעל, ייִדיש־רעדנדיקער פּאַסטאָר אין האַרלעם, איז אַוועקYiddish-speaking pastor in Harlem, William Richard Harrel Jr, has died
האַרעל האָט מער ווי 20 יאָר וואָלונטירט בײַ הצלה און אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.

Graphic by Angelie Zaslavsky
וויליאַם ריטשאַרד האַרעל, דער אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער פּאַסטאָר אין האַרלעם, מאַנהעטן, וואָס איז געווען גוט באַקאַנט אויף דער חסידישער גאַס צוליב זײַנע אויפֿטריטן אין ווידעאָס און סקיצעס אויף ייִדיש, איז לעצטנס אַוועק אין עלטער פֿון 63 יאָר, אַ קרבן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס.
אַחוץ זײַן לאַנגיאָריקער אַרבעט ווי אַ פּאַסטאָר אין האַרלעם, האָט ער מער ווי 20 יאָר געפֿירט אַ צווייט שליחות ווי אַ פֿרײַוויליקער אַמבולאַנס־שאָפֿער פֿאַר „הצלה“. דורך דער אַרבעט האָט ער זיך אויסגעלערנט ייִדיש און איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ היימישער אין די חסידישע קרײַזן. ער האָט אויך וואָלונטירט מיט עטלעכע אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס וואָס היטן דעם וווילזײַן פֿונעם פֿרומען ציבור.
האַרעל האָט געהאַט אַ גוטן חוש פֿאַר הומאָר און עכטער טאַלאַנט ווי אַ קאָמיקער. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר איז ער געוואָרן ברייט באַקאַנט צוליב די סקיצעס, אין וועלכע ער איז אויפֿגעטראָטן, ניט בלויז אין ווידעאָס, נאָר אויך פֿאַר אַן עולם אויף באַנקעטן פֿאַר חסידישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס. כאָטש בײַם ערשטן בליק האָט בלויז זײַן קענען ייִדיש אַרויסגערופֿן אַ שמייכל האָט ער אויך געהאַט אַן אמתן טאַלאַנט ווי אַ קאָמיקער.
יואלי לעבאָוויטש, דער באַקאַנטער בדחן און זינגער, האָט אויסגעדריקט זײַן טרויער וועגן דער פּטירה פֿון זײַן לאַנגיאָריקן חבֿר אויף טוויטער, באַצייכענענדיק אים ווי אַ וווילער, זיסער מענטש. ער האָט דערציילט, אַז זיי זענען עטלעכע מאָל אויפֿגעטראָטן צוזאַמען אויפֿן יערלעכן בענעפֿיט פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע RCCS, וואָס העלפֿט די וואָס ליידן פֿון ראַק. האַרעל האָט אויך לאַנגע יאָרן פֿרײַווייק געאַרבעט פֿאַר אָט דער אָרגאַניזאַציע. דער חסידישער קאָמיקער מענדי פּעלין האָט געזאָגט אַז האַרעל האָט „דורך זײַן גרויסן מיטגעפֿיל פֿאַר אַלעמען געשאַפֿן בריקן צווישן אַלע גרופּעס מענטשן, און עס געטאָן מיט שׂימחה און פֿרייד.“
וויליאַם ריטשאַרד האַרעל איז אויפֿגעוואַקסן אין צפֿון־קאַראָלײַנע און האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק אין 1978. ער האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי פֿון 23 יאָר, דזשאָען, און פֿינף קינדער.
כּדי אונטערצושטיצן זײַן משפּחה, האָבן אַ צאָל פּראָמינענטע ברוקלינער חסידים געשאַפֿן לטובֿת זײַן אַלמנה און די קינדער אַ קאַמפּאַניע אויף דער וועבזײַט ”חסד־פֿאָנד“. ביז אַהער האָט מען געשאַפֿן 12,000$.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
