קלאַסישע ייִדישע ראַדיאָ־דראַמעס וועט מען קענען הערן דורך פֿייסבוקClassic Yiddish radio dramas to be streamed on Facebook
אַקטיאָרן וועלן אויפֿפֿירן צוויי קאַפּיטלען פֿון נחום סטוטשקאָווס „אַ וועלט מיט וועלטלעך“ און מע וועט זיי קענען זען דורך פֿייסבוק.

Graphic by Angelie Zaslavsky
במשך פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן האָט די ראַדיאָ־סטאַנציע פֿונעם פֿאָרווערטס, WEVD, אויפֿגעפֿירט מער ווי טויזנט קאַפּיטלען פֿון עטלעכע ראַדיאָ־דראַמעס אָנגעשריבן פֿונעם דראַמאַטורג און לעקסיקאָגראַף נחום סטוטשקאָוו, אַרײַנגערעכנט „צרות בײַ לײַטן“ און „אַ וועלט מיט וועלטעלעך“. כאָטש בלויז אַ פּאָר פֿון די רעקאָרדירטע טראַנסמיסיעס זענען נאָך בנימצא, בלײַבן יאָ אין דער ייִדישער אָפּטיילונג פֿון דער ניו־יאָרקער ביבליאָטעק „דורות“ הונדערטער סקריפּטן דערפֿון.
לייזער בורקאָ, וואָס פֿאָרשט שוין לאַנגע יאָרן דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון נחום סטוטשקאָוו, וועט אויפֿטרעטן צוזאַמען מיט אַ גרופּע אַקטיאָרן פֿון דער פֿאָלקסבינע אין נײַע אינסצענירונגען פֿון צוויי קאַפּיטלען „אַ וועלט מיט וועלטלעך.“ אין דער פּראָגראַם, וואָס מע וועט טראַנסמיטירן דורך פֿייסבוק, וועלן אָנטייל נעמען די אַקטיאָרן אינאַ באַרמאַש, מאָטל דידנער, לי האַרווי, דילען סידערס האָפֿמאַן, רבֿקה קאַרען, לאָרי לײַפֿער, אלי ראָזען און זיסל סלעפּאָוויטש. עס וועלן אויך אויפֿטרעטן מאַט טעמקין מיט קלאַנגען־עפֿעקטן און זלמן מלאָטעק מיט געזאַנג.
די טראַנסמיסיע, וואָס וועט באַגלייט ווערן מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 6טן מײַ, 7 אַ זייגער אין אָוונט. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
