ווידעאָ: „וואָס שלאָפֿט איר, איר שלעפֿער?“ געזונגען פֿון לאָרין סקלאַמבערג און סאַשע לוריאWATCH: “Why are you sleeping, you sleepers?’’ sung by Lorin Sklamberg and Sasha Lurje
די פּאָליטישע אַלעגאָריע האָט לכתּחילה געזונגען אַ ייִדישע אימיגראַנטקע וואָס האָט עס געלערנט ווען זי איז געווען אַ רעוואָלוציאָנערקע אין לעטלאַנד.

Graphic by Angelie Zaslavsky
עס זענען דאָ אָן אַ שיעור פּאָליטישע לידער אויף ייִדיש, סײַ זייער בולטע רעוואָלוציאָנערע לידער פֿון דוד עדעלשטאַט, מאָריס ווינטשעווסקי און מאָריס ראָזענפֿעלד, סײַ פֿאָלקסלידער, וואָס זענען מער סובטיל און אַלעגאָריש.
לכּבֿוד דעם 75סטן יאָרטאָג פֿונעם נצחון קעגן נאַצי־דײַטשלאַנד, האָבן די זינגער לאָרין סקלאַמבערג און סאַשע לוריא אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ, אין וועלכן זיי זינגען דאָס ווייניק־באַקאַנטע ליד לטובֿת דער סאָציאַלער גערעכטיקייט, „וואָס שלאָפֿט איר, איר שלעפֿער?“. דאָס ליד ווייסט מען הײַנט בלויז אַ דאַנק דעם, וואָס רות רובין האָט אין 1948 רעקאָרדירט ווי די פֿאָלקסזינגערין פֿייגל סולטאַן האָט עס געזונגען.
סולטאַן איז אויפֿגעוואַקסן אין לעטלאַנד בשעת די לעצטע יאָרן פֿון דער צאַרישער אימפּעריע. אַן אַקטיווע רעוואָלוציאָנערקע, האָט זי זיך אויסגעלערנט אַ סך לידער, וואָס זענען געווען פּאָפּולער בײַ אירע מיט־רעוואָלוציאָנערן פֿאַר דער ערשטער דורכגעפֿאַלאַנער רעוואָלוציע פֿון 1905. להיפּוך צו אַ סך אַלטע לידער וואָס דערמאָנען געשעענישן וואָס קיינער געדענט מער ניט, וועט דאָס ליד — צוליב זײַן אַלעגאָרישקייט — בלײַבן אייביק אַקטועל.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

