Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„ייִדיש־וואָך“ וועט פֿאָרקומען אָנלײַן במשך פֿונעם גאַנצן זומערYiddish Week to be held online all summer long

„יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש“ פּלאַנירט דורכצופֿירן הונדערט אַקטיוויטעטן און צוציִען אָנטיילנעמער פֿון איבער דער וועלט.

די עקזעקוטיווע פֿון „יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש“ און די אָרגאַניזירער פֿון דער הײַיאָריקער „ייִדיש־וואָך“ האָבן לעצטנס אַרויסגעשיקט אַ בליצבריוו דערקלערנדיק, אַז צוליב דער קאָראָנאַ־ווירוס־מגפֿה וועט מען הײַיאָר ניט דורכפֿירן קיין טראַדיציאָנעלע „ייִדיש־וואָך“. אַנשטאָטן טרעפֿן זיך פּנים־אל־פּנים וועלן די „געסט“ זיך באַטייליקן אין ווירטועלע אַקטיוויטעטן — און ניט אויף אַ וואָך, נאָר אויפֿן גאַנצן זומער.  

די פּראָגראַם, וואָס וועט הײַיאָר הייסן „ייִדיש וואָך — אַלע וואָך“ וועט אַרײַננעמען אַקטיוויטעטן וואָס קומען פֿאָר אין אַלע צײַטזאָנעס, כּדי מענטשן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, אייראָפּע און אויסטראַליע, זאָלן קענען אָנטייל נעמען. מע האָפֿט בסך־הכּל צו אָרגאַניזירן אַרום 100 אַקטיוויטעטן במשך פֿון יולי און אויגוסט. 

אַזוי ווי בײַ אַלע „ייִדיש־וואָכן“ וועלן געוויסע אַקטיוויטעטן זײַן מער אַקאַדעמיש און אַנדערע מער ענלעך צו פֿאַרווײַלונגען אין אַ זומער־לאַגער. כאָטש מע וועט אַוודאי ניט קענען שווימען אין אָזערע, פּלאַנירט מען יאָ צו מאַכן אָנלײַן־נוסחאָות פֿון אַזעלכע פּאָפּולערע אָוונט־אַקטיוויטעטן ווי די טאַלענטאַרניע, „מאָלן און משקה“, און „פֿרעג־געשלעג“, ווי אויך קינדער־פּראָגראַמען און לייענקרײַזן. די אָרגאַניזאַציע ווענדט זיך דערפֿאַר צו די, וואָס ווילן אָנפֿירן מיט אַן אַקטיוויטעט, אויסצושטעלן דעם בויגן.

כּדי די פּראָגראַם זאָל זײַן מער צוטריטלעך, וועט מען קענען אָדער באַצאָלן אַ קליינעם פּרײַז אויף אַן איינצלנער אַקטיוויטעט אָדער אַבאָנירן אויף אַ גאַנצן זומער. די פּינקטלעכע פּרײַזן און דאַטעס פֿון דער פּראָגראַם וועט מען באַשטימען במשך פֿון די קומענדיקע וואָכן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version