ווידעאָ: מלך זיו לייענט פֿאָר שלום־עליכמס שבֿועות־מעשׂה „מילכיקס“WATCH: Melech Ziv reads Sholem Aleichem’s Shavuot story, ‘Dairy Delicacies’
אַ כּתרילעװקער פֿרעסער גיט צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס שבֿועות איז בײַ אים דער בעסטער יום־טובֿ.

Graphic by Angelie Zaslavsky
מע דאַרף ניט זײַן קיין דעטעקטיוו זיך צו כאַפּן, אַז שלום ראַבינאָוויטש האָט ליב געהאַט מילכיקס. זײַן באַקאַנטסטער העלד טבֿיה איז דאָך געווען אַ מילכיקער און ניט קיין שוחט, און עס טרעפֿט זיך אָפֿט אין זײַנע דערציילונגען, אַז אַ ייִד זאָל לויבן אַ מילכיק מאכל. אַפֿילו אין מנחם־מענדלס בריוו צו זײַן ליטעראַרישן פּערסאָנאַ שלום־עליכם, האָט ראַבינאָוויטש געמאַכט חוזק פֿון דעם, וויפֿל ער אַליין האָט ליב מילכיקס.
איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, אַז שלום־עליכם האָט לכּבֿוד שבֿועות אָנגעשריבן אַ לויבגעזאַנג די מילכיקע מאכלים. אינעם מאָנאָלאָג „מילכיקס“, וואָס טראָגט דעם אונטערטיטל „אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ כּתרילעווקער פֿרעסער“, דערציילט אַ ייִד פֿאַר וואָס שבֿועות איז בײַ אים דער בעסטער יום־טובֿ.
די מעשׂה ווערט דאָ וווּנדערלעך פֿאָרגעלייענט פֿונעם פּאָפּולערן ישׂראלדיקן ייִדיש־לערער, מלך זיו.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
