„זום“־רעפֿעראַטן אויף ייִדיש וועגן עסן, פּאָליטיק און ייִדישן ראַדיאָ Zoom lectures in Yiddish on food, politics and Yiddish radio
די סעריע, דורכגעפֿירט פֿון דער ייִוואָ זומער־פּראָגראַם, וועט זײַן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אָבער מע מוז זיך רעגיסטרירן אויף יעדער לעקציע פֿון פֿריִער.

Image by YIVO Institute for Jewish Research
אַזוי ווי פֿאַראַיאָרן, אָרדנט דער ייִוואָ אײַן אַ סעריע רעפֿעראַטן אין איינקלאַנג מיט זײַן אינטענסיווער זומער־פּראָגראַם פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וואָס איז אָפֿן ניט בלויז פֿאַר סטודענטן, נאָר אויך פֿאַרן ברייטן עולם. להיפּוך צו פֿאַראַיאָרן, וועלן מענטשן אָבער קענען זען און הערן די רעפֿעראַטן פֿון דער ווײַטנס דורך „זום“.
יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק פֿונעם 29סטן יוני ביזן 27סטן יולי וועט מען 4:30 נאָך מיטאָג האַלטן אַ רעפֿעראַט. אין די מאָנטיקן וועלן זיי זײַן אויף ייִדיש און דאָנערשטיקן — אויף ענגליש.
די רעפֿעראַטן אויף ייִדיש זענען:
„עסן און פּאָליטישע שטעלונגען אין דער ייִדישער פּרעסע“ (מאָנטיק, דעם 29סטן יוני), מיט איוו יאָכנאָוויץ.
„וווּ איז די הויפּטשטאָט פֿון ייִדישלאַנד?“ מיט קלמן ווײַזער (מאָנטיק, דעם 6טן יולי).
„אַב קאַהאַנס ערשטע עקספּערימענטן אינעם ייִדישן זשורנאַליזם: ׳די סדרה׳ און ׳ווי רפֿאל נאַריטסאָך איז געוואָרן אַ סאָציאַליסט׳“, מיט עלי קעלמאַן (מאָנטיק, דעם 13טן יולי).
„סטוטשקאָוו און דער ייִדישער ראַדיאָ“ מיט מרים־חיה סיגל (מאָנטיק, דעם 20סטן יולי).
„ברידער און שוועסטער פֿון אַרבעט און נויט: אַ געשיכטע פֿון ׳בונד׳“ מיט דזשעק דזשעקאָבס. די לעקציעס זענען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אָבער מע מוז זיך רעגיסטרירן פֿון פֿריִער.
כּדי צו זען די פֿולע באַשרײַבונגען פֿון די רעפֿעראַטן, ווי אויך זיך צו דערוויסן וועגן די רעפֿעראַטן אין דער סעריע אויף ענגליש, גיט אַ קוועטשט דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
