ווידעאָ: ריקי רויז און ליבי פּאָלאַק שמועסן וועגן ראַסיזם אין דער חסידישער וועלטRiki Rose and Libby Pollack discuss racism in the Hasidic world
די צוויי פֿרויען, דערצויגענע בײַ חסידישע משפּחות, האָבן זיך געדאַרפֿט אויסלערנען נישט צו גלייבן די סטערעאָטיפּן מיט וועלכע מע האָט זיי דערצויגן.

Image by Libby Pollack/Riki Rose
ריקי רויז און ליבי פּאָלאַק האָבן די וואָך אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ אויף ייִדיש געצילעוועט אויפֿן חסידישן עולם, וווּ זיי שמועסן וועגן ראַסיזם אין דער חסידישער וועלט — ראַסיזם סײַ קעגן די גויים אין אַלגעמיין, סײַ קעגן די אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער בפֿרט. זיי דיסקוטירן געוויסע סענסיטיווע ענינים ווי דער גלויבן בײַ געוויסע חסידים, אַז „גויים האָבן ניט קיין נשמות“ און אַז ווען דער משיח וועט קומען, „וועלן די גויים דינען די ייִדן ווי קנעכט”. דערבײַ גיבן זיי אָבער צו אַז ס׳רובֿ חסידים זענען ניט קיין ראַסיסטן און די וואָס זענען יאָ זענען אַזוי, צום גרעסטן טייל, ווײַל זיי זענען פּשוט „נישט אויפֿגעקלערט און פֿאַרשטייען נישט“.
וויכטיק איז, וואָס ריקי און ליבי באַשולדיקן נישט די צוקוקער אין ראַסיזם; פֿאַרקערט — זיי דערקלערן אַז זיי האָבן אַליין געדאַרפֿט זיך אָפּגעבן אַ חשבון־הנפֿש כּדי צו באַקעמפֿן געוויסע סטערעאָטיפּן, מיט וועלכע זיי זענען דערצויגן געוואָרן. אַזוי אַרום האָפֿן זיי צו באַײַנפֿלוסן די צוקוקער אַז זיי זאָלן אויך אָנהייבן רעדן וועגן דער טעמע מיט זייערע באַקאַנטע.