סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער: ווי צו לערנען די תּלמידים ייִדישע שריפֿט Seminar for Yiddish instructors: How to teach Yiddish script
אַסיע ווײַסמאַן־שולמאַן, רייזע טורנער און עלענאַ לוטשינאַ וועלן ווײַזן די בעסטע מיטלען צו לערנען די וויכטיקע געניטשאַפֿט.

Image by Yiddish Book Center
די אָרגאַניזאַציע YAAANA (ראָשי־תּיבֿות פֿאַר „אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישער קונסט און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין צפֿון־אַמעריקע) אָרדנט אײַן די טעג אַ סעריע סעמינאַרן פֿאַר ייִדיש־לערער, כּדי צו „באַרײַכערן זייער לערערײַ מיט פֿרישע געדאַנקען און כּלים, מיטאַרבעטן אויף בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן און אַנטוויקלען אַ נײַע פֿיליסאָפֿיע פֿון ייִדיש־פּעדאַגאָגיק“. מע בעט די וואָס ווילן אָנטיילנעמען אין דער סעריע אויסצושטעלן דעם בויגן.
זונטיק, דעם 26סטן יולי, 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט, וועלן די ייִדיש־לערערינס אַסיע ווײַסמאַן־שולמאַן, רייזע טורנער און עלענאַ לוטשינאַ אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט, וווּ מע וועט ווײַזן ווי אַזוי צו לערנען די תּלמידים ייִדישע שריפֿט. מע וועט אַרומרעדן פֿאַרשידענע מיטלען צו פֿאַרגרינגערן דעם פּראָצעס, ווי אויך די פֿאַרבינדונג צווישן דעם לערנען זיך שרײַבן מיט דער האַנט און דעם לערנען זיך לייענען געדרוקטע אותיות.
די פּראָגראַם איז בחינם. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
