זום־קאָכקלאָס פֿאַר קינדער אויף ייִדיש: פּיקניק־פּאָטראַוועסZoom cooking class for kids in Yiddish: Picnic munchies
די קינדער וועלן צוגרייטן די מאכלים פֿון זייער אייגענער קיך, אונטער דער דירעקציע פֿון דער סעסיע־פֿירערין, שׂרה־רחל שעכטער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
זונטיק, דעם 26סטן יולי, 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט, וועלן קינדער איבער דער וועלט זיך קענען באַטייליקן אין דעם חודשלעכן „פּריפּעטשיק־קאָכקלאַס‟ דורך זום, וואָס ווײַזט קינדער ווי צו קאָכן אויף ייִדיש. דער קלאַס ווערט אָנגעפֿירט פֿון שׂרה־רחל שעכטער, די רעדאַקטאָרין פֿונעם פֿאָרווערטס און מיט־קעכין אויף דער פֿאָרווערטס־קאָכפּראָגראַם, „עסט געזונטערהייט‟.
די קינדער וועלן זיך אויסלערנען ווי צו מאַכן צוויי מינים פּיקניק־פּאָטראַוועס — מאכלים וואָס מע קען עסן אָן גאָפּל־לעפֿל און זענען דערפֿאַר פּאַסיק מיטצוברענגען אויף אַ פּיקניק.
טאַטעס און מאַמעס זענען אויך פֿאַרבעטן זיך צו באַטייליקן (בפֿרט מיט ייִנגערע קינדער וואָס זענען נאָך נישט גרייט צו שנײַדן מיט אַ שאַרפֿן מעסער.)
די סעסיע איז אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם „ייִדיש־וואָך אַלע וואָך‟ — אַ סעריע אַקטיוויטעטן, דיסקוסיעס און לעקציעס אויף ייִדיש וואָס ווערט דורכגעפֿירט דורך זום במשך פֿונעם גאַנצן זומער.
כּדי זיך צו באַטייליקן מוז מען זיך רעגיסטרירן פֿון פֿריִער. בײַ די משפּחות וואָס האָבן שוין אײַנגעצאָלט אויף דער „ייִדיש וואָך אַלע וואָך‟ איז דער קלאַס פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אָבער פֿאַר די וואָס האָבן זיך נישט פֿאַרשריבן אויף דער גאַנצער פּראָגראַם איז דער פּרײַז $8.00, וואָס מע קען באַצאָלן דורך „פּייפּאַל‟.
כּדי זיך צו רעגיסטרירן אויפֿן קאָכקלאַס, גיט אַ קוועטש דאָ
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
