ווידעאָ: חוה אַלבערשטיין זינגט „אויפֿן פּריפּעטשיק“WATCH: Chava Alberstein performs “Afn Pripetshik’’
די באַקאַנטע ישׂראלדיקע זינגערין פֿירט אויס אַ טראַדיציאָנעלן נוסח פֿון וואַרשאַווסקיס ליד.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די פֿאָרווערטס-לייענער זענען שוין אַוודאי גוט באַקאַנט סײַ מיט מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד „אויפֿן פּריפּעטשיק“, סײַ מיט די ווערק פֿון דער וועלט־באַרימטער ישׂראלדיקער זינגערין חוה אַלבערשטיין. אָט דער ווידעאָ, אין וועלכן אַלבערשטיין זינגט „אויפֿן פּריפּעטשיק“, איז אָבער ניט קיין באַקאַנטער. מע האָט אים ערשט די וואָך געשטעלט אויף יוטוב.
די רעקאָרדירונג האָט אַלבערשטיין געמאַכט אין 1993 אָדער 1994 אין שײַכות מיט איר דאָקומענטאַר־פֿילם „צו פֿרי צו זײַן שטיל, צו שפּעט צו זינגען“, וואָס שילדערט דעם לעצטן דור מיזרח־אייראָפּעיִש געבוירענע ייִדישע פּאָעטן אין ישׂראל. צו דער זעלביקער צײַט האָט אַלבערשטיין אויך רעקאָרדירט איר באַקאַנטן נוסח פֿון יוסף פּאַפּיערניקאָווס „זאָל זײַן“.
להיפּוך צו אַ סך נוסחאָות פֿון ייִדישע לידער אין אַלבערשטיינס רעפּערטואַר, איז איר „אויפֿן פּריפּעטשיק“ כּמעט דורכויס אַ טראַדיציאָנעלער. בלויז בײַם אָנהייב און בײַם סוף פֿונעם ליד הערט מען אַ מער מאָדערנעם סטיל.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
