ווידעאָ: פּאָעזיע, געזאַנג און גרינע ציבעלעס לכּבֿוד ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס 100סטן געבוירן־טאָגWATCH: Songs, poems and scallions in honor of Beyle Schaechter Gottesman’s 100th birthday
איציק גאָטעסמאַן, דער זון פֿון דער פּאָעטעסע, האָט באַצייכנט דעם קאָנצערט ווי אַ באַווײַז אַז די ייִדישע קולטור אַנטוויקלט זיך ווײַטער.

Image by Yiddish Book Center
זונטיק, דעם 9טן אויגוסט, האָט מען טראַנסמיטירט דורך פֿייסבוק און יוטוב אַ קאָנצערט לכּבֿוד דעם 100סטן יוביליי פֿון דער זינגערין און פּאָעטעסע ביילע שעכטער־געטאָסמאַן. אינעם קאָנצערט זענען אויפֿגעטראָטן מער ווי 20 מענטשן פֿון אַמעריקע, דײַטשלאַנד, קאַנאַדע און שאָטלאַנד, אַרײַנגערעכנט קרובֿים פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און זינגער, אויף וועמען זי האָט געהאַט אַ טיפֿע השפּעה.
די פּראָגראַם איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך אַ קאָמיטעט פֿון ייִדישע מוזיקער און קולטור־טוער מיט בנימין שעכטער בראָש. אינעם טאָג פֿון איר פּרעמיערע האָבן שוין מער ווי 4,500 געזען די פּראָגראַם, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין גאַנצן אויף ייִדיש.
דער קאָנצערט האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן אומדערוואַרטער סצענע: דער קאָנפֿעראַנסיע שיין בייקער האָט געקײַט גרינע ציבעלעס. פֿאַר וואָס? די וואָס האָבן געקענט ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ווייסן אַז כּמעט יעדן טאָג האָט זי געגעסן גרינע ציבעלעס צוזאַמען מיט אַ שטיקל ברויט און אַ טעפּל קאַווע. דאָס איז בײַ איר געווען אַ באַליבטער נאַש.
אין זײַן רעדע האָט ביילעס זון, ד׳׳ר איציק גאָטעסמאַן, דערציילט אַז אינעם ערשטן אַרטיקל וואָס זײַן מאַמע האָט אַרויסגעגעבן אין די 1950ער יאָרן, האָט זי געשריבן, אַז אַ קולטור־טרעגער מוז ניט בלויז זאַמלען און אויפֿהאַלטן אַלטע לידער, נאָר דווקא שאַפֿן נײַע. גאָטעסמאַן האָט באַצייכנט דעם איצטיקן קאָנצערט לכּבֿוד זײַן מאַמעס יוביליי ווי אַ באַווײַז, אַז די ייִדישע קולטור אַנטוויקלט זיך ווײַטער.
אַ פֿולשטענדיקע באַשרײַבונג פֿונעם קאָנצערט, מיט טעקסטן פֿון די אַלע לידער אויף ייִדיש און ענגליש, ווי אויך איבערזעצונגען פֿון די רעדעס אויף ענגליש, קען מען זען דאָ.
די פּאָעטעסע און זינגערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן (1920־2013) איז געבוירן געוואָרן אין ווין, אויפֿגעוואַקסן אין טשערנאָוויץ, און האָט געוווינט פֿון 1951 אָן אין בראָנקס, ניו־יאָרק. זי איז געווען באַרימט אויף דער ייִדישער גאַס סײַ ווי אַ טאַלאַנטירטע פּאָעטעסע וואָס האָט געשריבן וועגן כּלערליי טעמעס — קינדערלידער, לידער וועגן דער נאַטור און די ניו־יאָרקער גאַסן, דעם חורבן און דעם עלפֿטן סעפּטעמבער — סײַ ווי אַ זינגערין פֿון טראַדיציאָנעלער פֿאָלקמוזיק, ווי אויך אירע אייגענע זינגלידער. שעכטער־גאָטעסמאַן איז געווען אַ מענטאָרין בײַ צוויי דורות ייִדישע זינגער און פּאָעטן און האָט געדינט ווי אַ בריק צווישן דעם עלטערן מיזרח־אייראָפּעיִש דערצויגענעם דור און די אַמעריקאַנער געבוירענע ייִדישע קולטור־טוער. אין 2005 האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג זי באַלוינט מיט אַ חשובֿער אויסצייכענונג פֿונעם מלוכישן עולמות־פֿאָנד ווי אַן אָנערקענונג פֿון איר אַרבעט לטובֿת דער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
