פּאָפּולער ייִדיש־לערנבוך איז אַרויס אין אַ נײַער אויסגאַבעPopular Yiddish textbook has been reissued in a new edition
דעם ערשטן באַנד פֿון שבֿע צוקערס בוך קען מען קויפֿן סײַ אין בוכפֿאָרעם, סײַ עלעקטראָניש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער ערשטער באַנד פֿון ד״ר שבֿע צוקערס לערנבוך, „ייִדיש: אַן אַרײַנפֿיר — לשון, ליטעראַטור און קולטור‟, איז ערשט אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין אַ נײַער אויפֿלאַגע אין בוכפֿאָרעם. אויך דער צווייטער באַנד וועט אין גיכן אַרויסגעלאָזט ווערן.
זינט זײַן אַרױסקום מיט מער װי 25 יאָר צוריק איז „ייִדיש: אַן אַרײַנפֿיר‟ באַניצט געוואָרן איבער דער װעלט אין פֿאַרשײדענע לערן־קאָנטעקסטן: אין אוניװערסיטעט, מיטלשול־קלאַסן, ייִדיש־קורסן פֿאַר דערװאַקסענע און אַלײן־לערנערס.
די נײַע אױסגאַבע נעמט אַרײַן אַ צאָל ענדערונגען. מע האָט פֿאַרראָכטן גרײַזן אין אױסלײג און אַקצענט־צײכנס; פֿאַרבעסערט די גראַמאַטישע דערקלערונגען; צוגעגעבן נאָך ווערטער צום גלאָסאַר און געשאַפֿן נײַע געניטונגען.
במשך פֿון די יאָרן האָט מען אויך אַנדערע פּרטים פֿאַרבעסערט און געביטן. מע האָט למשל, צוגעגעבן ענטפֿער־שליסלען, װערבן־שליסל, קאָמפּאַקטלעך און שליסלדיסקן. די רעקאָרדירונגען גיבן איבער בעל־פּה די דיאַלאָגן, דערצײלונגען, גראַמאַטיק, געניטונגען, לידער און שפּריכװערטער װאָס פֿיגורירן אין די ביכלעך, באַזאָרגנדיק די סטודענטן מיטן ריכטיקן אַרויסרייד און אינטאָנאַציע פֿונעם גערעדטן ייִדיש. כּדי צו באַשטעלן דאָס בוך גיט אַ קוועטשט דאָ
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
