דער פֿאָרווערטס גייט אויף וואַקאַציע!The Forverts is going on vacation!
בלויז איין זאַך וועט ווײַטער אָנגיין במשך פֿון דער וואַקאַציע־וואָך: מע וועט שטעלן פֿריִערדיקע קאַפּיטלען פֿון די ייִדישע מיני־לעקציעס אויף פֿייסבוק.

Image by pikist.com
צווישן דעם 31סטן אויגוסט און דעם 6טן סעפּטעמבער וועט דער פֿאָרווערטס נעמען אַ שטיקל איבעררײַס כּדי צו דערמעגלעכן די רעדאַקציע זיך אַ ביסל אָפּצורוען אין די לעצטע טעג פֿונעם זומער.
איין זאַך וועט אָבער נישט איבערגעריסן ווערן במשך פֿון דער וואָך: אויף דער פֿאָרווערטס־זײַט פֿון פֿייסבוק וועט מען פֿון מאָנטיק ביז פֿרײַטיק קענען זען פֿריִערדיקע קאַפּיטלען פֿון די מיני־לעקציעס אויף ייִדיש, Yiddish Word of the Day.