שׁרה־רחל שעכטער וועט זיך באַטייליקן אין „זום‟־דיסקוסיע וועגן „שטיסל‟Rukhl Schaechter to join Zoom discussion about “Shtisel”
איצט אַז מע פּראָדוצירט אַ דריטן סעזאָן פֿון דער פּראָגראַם, וועלן די דרײַ פּאַנעליסטן אַנאַליזירן פֿאַר וואָס אַמעריקאַנער ייִדן האָבן זי אַזוי ליב.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דאָנערשטיק, דעם 10טן סעפּטעמבער, וועט די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער אָנטיילנעמען אין אַ שמועס וועגן די סיבות פֿאַר וואָס אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אַזוי ליב די ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־סעריע „שטיסל‟. (די דיסקוסיע וועט זײַן אויף ענגליש.)
אין דער דיסקוסיע וועט זיך אויך באַטייליקן דזשאָו בערגער, דער לאַנגיאָריקער זשורנאַליסט בײַ דער „ניו יאָרק טײַמס‟ און מחבר פֿונעם בוך „די פֿרומע: די חסידים און זייערע קאַמפֿן מיט אַמעריקע‟, און ד״ר נתן מאיר, פּראָפֿעסאָר פֿון יודאַיִסטיק בײַם פּאָרטלאַנדער שטאַט־אוניווערסיטעט.
ראַבינערטע עמילי כּהן, די גײַסטיקע פֿירערין פֿון דער „וועסט ענד סינאַגאָגע‟ אין מאַנהעטן, וואָס אָרגאַניזירט די אונטערנעמונג, וועט פֿירן דעם פֿאָרזיץ. די פּראָגראַם וועט זיך אָנהייבן 7:00 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט; 4:00 נאָך מיטאָג קאַליפֿאָרניער צײַט.
הגם מע האָט ביז איצט פּראָדוצירט בלויז צוויי סעזאָנען פֿון „שטיסל‟, איז זי געוואָרן אַזוי פּאָפּולער איבער דער וועלט אַז אירע שאַפֿער האָבן באַשלאָסן צו פּראָדוצירן אַ דריטן סעזאָן. מע האָט געזאָלט אָנהייבן פֿילמירן די נײַע סעריע דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל אָבער צוליב דעם קאָראָנאַ־ווירוס האָט מען עס געמוזט אָפּלייגן. איצט האָט מען אָבער ממשיך געווען די פּראָדוקציע, זיך היטנדיק אויף ווי ווײַט מעגלעך נישט צו פֿאַרשפּרייטן דעם ווירוס. אַלע אין דער טרופּע טראָגן מאַסקעס במשך פֿונעם פֿילמירן, אַחוץ דעמאָלט ווען זיי שפּילן אויס אַ סצענע. דערצו מאַכט מען זייער אָפֿט קאָראָנאַ־ווירוס־טעסטן אויף אַלע באַטייליקטע.
די דיסקוסיע וועגן „שטיסל‟ איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אָבער מע דאַרף זיך רעגיסטרירן פֿון פֿריִער. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ. נאָך דעם וועט איר באַקומען אַ בליצבריוו מיט אינסטרוקציעס ווי זיך אָנצושליסן אין דער אונטערנעמונג.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
