ווידעאָ: אַ סוכּות־ליד מיט אַ מעדיטאַטיוון געפֿילWATCH: A Sukkos song in a meditative mood
הערט צוויי נוסחאָות פֿון „אַ סוכּהלע אַ קליינע‟, איינער געזונגען פֿון חסידים און אַ פֿאָלקסטימלעכער, געזונגען פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין פֿאַרגלײַך מיט פּורים, חנוכּה, שׂימחת־תּורה און פּסח איז סוכּות אַ שטיקל יתום ווען עס קומט צו די יום־טובֿ־לידער; קיין סך פֿאָלקסלידער וועגן דעם יום־טובֿ זענען ניט פֿאַראַן.
איין אויסנאַם איז דאָס ליד „אַ סוכּהלע אַ קליינע‟, וואָס דער דיכטער אַבֿרהם רייזען האָט עס אָנגעשריבן ווי פּאָעזיע, אָן מוזיק, מיטן נאָמען „אין סוכּה‟. אַזוי ווי אַנדערע פֿון רייזענס לידער, וואָס אַ סך מענטשן מיינען זענען סתּם פֿאָלקסלידער, זענען במשך פֿון די יאָרן צוגעקומען נײַע ווערטער און סטראָפֿעס און דערפֿאַר האָט מען איבער גאַנץ מיזרח־אייראָפּע געזונגען פֿאַרשידענע ווערסיעס פֿונעם ליד.
אַזוי ווי שמערקע קאַטשערגינסקיס „זאָל שוין קומען די גאולה‟ און מאַרק וואַרשאַווסקיס „אויפֿן פּריפּעטשיק‟ — איז „אַ סוכּלה אַ קליינע‟ איינס פֿון די זעלטענע ייִדישע לידער געשאַפֿן פֿון ניט־פֿרומע מחברים, וואָס איז גוט באַקאַנט בײַ די חסידים. כּמעט אַלע חסידישע זינגער און בדחנים זינגען דאָס ליד און מע לערנט עס אַפֿילו אין געוויסע מוסדות־התּורה. די פּאָפּולאַריטעט פֿונעם ליד אין יענע קרײַזן שטאַמט מסתּמא פֿון דעם, וואָס מע האָט דאָס ליד אַרויסגעלאָזט ווי אַ טייל פֿון אַ פּאָפּולערן אַלבאָם אין 1991. אָט קענט איר הערן ווי אַזוי די זינגער סוקי און דינג האָבן אויפֿגעפֿירט דאָס ליד אויף זייער אַלבאָם „היימישע אידישע געזאַנגען‟. ווי איר קענט הערן, האָבן זיי צוגעגעבן אַ פּאָר נײַע סטראָפֿעס.
ס׳איז אויך כּדאַי צו פֿאַרגלײַכן דעם מאָדערנעם חסידישן נוסח מיט אַ מער טראַדיציאָנעלער ווערסיע. אָט איז אַ רעקאָרדירונג ווי די ייִדישע פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ז׳׳ל זינגט עס.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
