איינמאָליקע אָנלײַן־פֿאָרשטעלונג: „קינדערלעך און ייִדיש — דער ווידערטרעף“One-time online performance: Kids and Yiddish – the Reunion Special
אין דער פֿאָלסקסבינע־פּראָגראַם טרעטן אויף אַקטיאָרן און זינגער, וואָס האָבן געשפּילט אין דער פֿאָרשטעלונג מיט פֿופֿצן יאָר צוריק.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער זינגער אלישע מלאָטעק און זײַן ברודער, ראַבײַ אַבֿרהם מלאָטעק, זענען ווי קינדער אויפֿגעטראָטן אין דער פּאָפּולערער פֿאָלקסבינע־פּראָגראַם Kids and Yiddish (קינדערלעך און ייִדיש). לעצטנס האָבן זיי אין איינעם פּראָדוצירט דעם „קינדערלעך און ייִדיש — אַ ספּעציעלער ווידערטרעף“, וואָס די פֿאָלקסבינע האָט טראַנסמיטירט אָנלײַן מאָנטיק, דעם 5טן אָקטאָבער. מע וועט ווײַטער קענען זען די פֿאָרשטעלונג ביז פֿרײַטיק, דעם 9טן אָקטאָבער, איינס אַ זייגער נאָכמיטאָג.
אַזוי ווי די ברידער מלאָטעק, זענען אַ סך פֿון די זינגער און אַקטיאָרן אין דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג אויך אויפֿגעטראָטן אין דער אַמאָליקער פֿאָרשטעלונג ווי קינדער. דערצו זעט מען אין דער פֿאָרשטעלונג אויך די קינדער פֿון יענע אַמאָליקע באַטייליקטע!
מײַקל פֿאָקס, זלמן מלאָטעק און דזשאָען באָרץ, וואָס האָבן אָנגעשריבן די אָריגינעלע קאָנצערט־פּראָגראַם אין 1998, האָבן צוזאַמענגעאַרבעט מיט אלישע און אַבֿרהם מלאָטעק, כּדי צו שאַפֿן דעם נײַעם סצענאַר. צוזאַמען מיט זיי זענען אויפֿגעטראָטן, צווישן אַנדערע, דזשאָש דאָלגין, שׂרולי דרעסדנער, ליסאַ פֿישמאַן, דזשעני ראָמיין, שׂרה מלאָטעק, מאַריסאַ מלאָטעק־שאָנברון, זיסל סלעפּאָוויטש און מײַקל ווינאָגראַד. דער ספּעקטאַקל „קינדערלעך און ייִדיש“ האָט דעבוטירט אין 1998 און מע האָט אים ווײַטער געשפּילט ביז 2010. די פֿאָרשטעלונג, אויף ענגליש מיט ייִדישע ווערטער און לידער אַרײַנגעמישט, האָט מען געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון Sesame Street, די פּאָפּולערע טעלעוויזיע־פּראָגראַם וואָס לערנט קינדער ווערטער און אַריטמעטיק דורך סקיצעס און געזאַנג.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief