ווידעאָ: חסידישער געזעץ־געבער בעט דעם עולם אויף ייִדיש צו טראָגן די מאַסקעסWATCH: Hasidic legislator urges his constituents in Yiddish to wear masks
אַרהון ב. ווידער גלייבט אינעם כּוח פֿון די מאַסקעס, כאָטש ער איז אַליין ניט מסכּים מיט די „גזירות“ פֿון דער רעגירונג.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער געזעץ־געבער אַהרון ב. ווידער, וואָס רעפּרעזענטירט דעם 13טן דיסטריקט אין ראָקלאַנד קאָונטי, ניו־יאָרק, האָט מיטוואָך אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ אויף ייִדיש, וווּ ער בעט זיך בײַ זײַנע וויילער צו טראָגן מאַסקעס כּדי צו באַשיצן זיך און זייערע משפּחות און פֿרײַנד פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס.
דער ווידעאָ איז אַ פּנים אַן אָפּרוף אויף די קעמפֿערישע מאַניפֿעסטאַציעס אין באָראָ־פּאַרק מיט אַ נאַכט פֿריִער, וווּ פֿרומע ייִדן האָבן עפֿנטלעך פֿאַרברענט מאַסקעס ווי אַ פּראָטעסט קעגן די נײַע שריט אײַנצוצאַמען דעם קאָראָנאַ־ווירוס, וואָס דער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר אַנדרו קואָמאָ און דער בירגער־מײַסטער פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק, ביל דעבלאַזיאָ, האָבן די וואָך אַרויסגעלאָזט.
ווידער מאַכט קלאָר פֿון אָנהייב אָן אַז ער איז אַליין קעגן די „גזירות‟ פֿונעם גובערנאַטאָר און דעם בירגער־מײַסטער, אָבער טענהט אַז דאָס טראָגן מאַסקעס וויל גאָט אַליין: „אונדז גיי’מיר מיט אַ מאַסק ווײַל קואָמאָ הייסט? ווײַל דעבלאַזיאָ וויל? ניין! אונדז גיי’מיר מיט אַ מאַסק ווײַל דאָס איז דער רצון השם!‟
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
