ווידעאָ: חנה קופּער זינגט „האַרבסטליד“WATCH: Adrienne Cooper sings ‘‘Autumn Song’’
דער נוסח פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס ליד ווערט באַגלייט פֿון שיינע בילדער פֿון האַרבסט־סצענעס אין וואַלד.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך האָט דער מײַסטער פֿון ייִדישע טענץ, סטיוו ווײַנטרויב, אַרויסגעלאָזט אַ פּרעכטיקן ווידעאָ, אין וועלכן ער וועבט צונויף פֿאָטאָגראַפֿיעס וואָס ער האָט אַליין אַראָפּגענומען פֿון האַרבסטיקע וואַלד־סצענעס, מיט חנה קופּערס נוסח פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס „האַרבסטליד“.
בײַם הערן דאָס ליד, טראַכט איך תּמיד פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וועמען איך האָב געהאַט דעם זכות צו קענען פּערזענלעך. כאָטש זי האָט געזונגען כּמעט אויסשליסלעך אינעם סטיל וואָס איז געווען פּאָפּולער אין אירע קינדעריאָרן, האָט זי דערלויבט אַנדערע צו זינגען און שפּילן אירע לידער לויט זייער אייגענעם געשמאַק.
חנה קופּער האָט שטאַרק ליב געהאַט „האַרבסטליד“ און האָט עס אַרײַנגענומען אין איר לעצטן אַלבאָם, „פֿאַרכּישופֿט“. איר אומפֿאַרגעסלעך קול ווערט באַגלייט פֿון אַבֿי פֿאָקס־ראָזענס שטילער עלעקטרישער גיטאַר, וואָס גיט צו צום ליד אַ הײַנטצײַטיק געפֿיל.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
