באָריס סאַנדלער און גאָלדע מאָרגענטאַלער געווינען סיגאַל־פּרעמיעס פֿאַרן יאָר 2020Boris Sandler and Goldie Morgentaler are winners of 2020 Segal prizes
סאַנדלער האָט געוווּנען פֿאַר זײַן נײַער זאַמלונג דערציילונגען און מאָרגענטאַלער פֿאַר אירע איבערזעצונגען פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס עסייען.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער ייִדישער שרײַבער און געוועזענער פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און די שרײַבערין און איבערזעצערין גאָלדע מאָרגענטאַלער, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ענגליש אינעם לעטברידזשער אוניווערסיטעט, זענען לעצטנס אויסגעקליבן געוואָרן ווי לאַוורעאַטן פֿון די ליטעראַרישע פּרעמיעס אויפֿן נאָמען פֿון י. י. סיגאַל פֿאַרן יאָר 2020.
באָריס סאַנדלער האָט געוווּנען די פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון ד׳׳ר הירש און דבֿורה ראָזענפֿעלד פֿאַרן בעסטן נײַעם בוך אויף ייִדיש, און גאָלדע מאָרגענטאַלער האָט באַקומען די פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון ראָזע און דוד פֿײַנשטיין פֿאַר דער בעסטער איבערזעצונג פֿון אַ בוך אויף אַ ייִדישער טעמע. ביידע וועלן באַקומען אַ געלטפּריז פֿון $1,000 .
באָריס סאַנדלער ווערט אָנערקענט פֿאַר זײַן לעצטער זאַמלונג דערציילונגען, „אַנטיקלעך פֿונעם סאַקװאָיאַזש‟ און גאָלדע מאָרגענטאַלער פֿאַרן איבערזעצן אויף ענגליש, רעדאַקטירן און צונויפֿשטעלן אַ זאַמלונג פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס עסייען, Confessions of a Yiddish writer (ווידוי פֿון אַ ייִדיש־שרײַבערין). סאַנדלער האָט פֿריִער געוווּנען סיגאַל־פּרעמיעס אין 2010 און 2014 און חוה ראָזענפֿאַרב איז באַלוינט געוואָרן אין 1973 און 1993.
די צוטיילונג־צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 12טן נאָוועמבער, 7:30 אין אָוונט און וועט טראַנסמיטירט ווערן דורך ”זום“. נאָך אינפֿאָרמאַציע און כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
די פּרעמיעס אויפֿן נאָמען פֿון י. י. סיגאַל ווערן אויסגעטיילט שוין 52 יאָר לאַנג דורך דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟. אַחוץ דעם וואָס די פּרעמיעס זענען צווישן די חשובֿסטע ליטעראַרישע פּריזן וואָס מע גיט שרײַבער אויף ייִדישע טעמעס אין צפֿון־אַמעריקע, זענען די סיגאַל־פּרעמיעס אויך מערקווערדיק ווי איינע פֿון די לעצטע, וואָס ווערן נאָך אַלץ צוגעטיילט שרײַבער פֿון נײַע ווערק אָנגעשריבן אויף ייִדיש. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר טיילט מען אויס די סיגאַל־פּריזן אַלע צוויי יאָר.
הײַיאָר האָט די „ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל“ געביטן דעם פֿאָרמאַט פֿון די פּרעמיעס. אַנשטאָט אַ טוץ קאַטעגאָריעס טיילט מען הײַיאָר אויס פּריזן אין בלויז דרײַ: דאָס בעסטע נײַע ווערק אויף ייִדיש, די בעסטע איבערזעצונג פֿון אַ בוך אויף אַ ייִדישער טעמע און דאָס בעסטע בוך וועגן ייִדן אין קוויבעק. צווישן די אַנדערע געווינער הײַיאָר זענען לאָרי סיינט־מאַרטין און פּאָל גאַנגע פֿאַר זייער איבערזעצונג פֿונעם ראָמאַן „ייִדיש פֿאַר פּיראַטן“ פֿון ענגליש אויף פֿראַנצייזיש, און פּיִער סאַמסאָן פֿאַר זײַן ראָמאַן Le Mammouth (דער וואָליקער מאַמאָנט), וואָס ווערט אָנערקענט ווי דאָס בעסטע בוך וועגן דעם ייִדישן לעבן אין קוויבעק. סאַמסאָן וועט באַקומען אַ געלטפּריז פֿון $5,000 ,און לאָרי סיינט־מאַרטין און פּאָל גאַנגע וועלן באַקומען אַ געלטפּריז פֿון $1,000 .
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
