ווידעאָ: „אַ וואַלץ“ געשפּילט דורך אַן איין־מענטשיקן אָרקעסטער WATCH: “A Waltz’’ played by a one-man orchestra
זיסל סלעפּאָוויטשעס מוזיק צו אַ. לוצקיס אַ ליד נעמט אַרײַן עלעמענטן פֿון קלעזמער וואָס באַרײַכערן די וואַלצמוזיק.

Graphic by Angelie Zaslavsky
לעצטנס האָט דער זינגער, קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקער זיסל סלעפּאָוויטש אַרויסגעלאָזט אַן אייגנאַרטיקן יוטוב־ווידעאָ, אין וועלכן ער שפּילט זײַן אייגענע מוזיק צו אַ. לוצקיס „אַ וואַלץ“.
ניט בלויז איין אינסטרומענט שפּילט ער, נאָר אַ דאַנק דעם כּישוף פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, איז ער מסוגל צו שפּילן מיט איין מאָל אויף אַ פֿלייט, אַ פּיאַנע, אַ קלאַרנעט און אַ באַסקלאַרנעט בשעת ער זינגט! זײַן קאָמפּאָזיציע, וואָס קלינגט ווי זי ווערט אויפֿגעפֿירט דורך אַן אָרקעסטער אַנשטאָט בלויז איין מענטש, נעמט אַרײַן השפּעות פֿון קלעזמער צו באַרײַכערן די וואַלצמוזיק.
פֿון דער מוזיק אַליין וואָלט מען אפֿשר ניט געטראָפֿן, ווי פֿינצטער עס איז דער טעקסט פֿונעם ליד. אָבער לוצקי האָט טאַקע אַ נאָמען געגעבן זײַן מרה־שחורהדיק ליד „אַ וואַלץ“, אַ מוזיקאַלישע פֿאָרעם וואָס איז געוויינטלעך לעבעדיק און פֿריילעך, און דערפֿאַר שטימט סלעפּאָוויטשעס מוזיק טאַקע מיט לוצקיס איראָנישן צוגאַנג, ווײַל ווער האָט דען געהערט, אַז אַ ליד וועגן דעם טויט זאָל באַצייכנט ווערן ווי אַ וואַלץ?
דעם טעקסט פֿונעם ליד און די ענגלישע איבערזעצונג דערפֿון קען מען געפֿינען אין דער באַשרײַבונג אונטערן ווידעאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
