קורס וועט העלפֿן סטודענטן בעסער פֿאָרצולייענען אויף ייִדישCourse will help students improve their reading aloud in Yiddish
אַוואַנסירטע אָנהייבער און מיטנדיקע סטודענטן וועלן פֿאַרבעסערן זייער שפּראַך־קענטעניש דורכן פֿאָרלייענען שלום־עליכמס „דאָס מעסערל“.

Image by YIVO Institute
פֿאַר די ייִדיש־סטודענטן וואָס קענען שוין לייענען מאַמע־לשון אָבער דאַרפֿן די הילף פֿון אַ לערער דערבײַ, וועט דער ייִוואָ דורכפֿירן אַ שפּראַכקלאַס מיט אַנאַ־פֿישמאַן גאָנשאָר געווידמעט דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור. די סטודענטן, אַוואַנסירטע אָנהייבער און מיטנדיקע, וועלן צוזאַמען לייענען אַ פֿאַרקירצטן נוסח פֿון שלום־עליכמס דערציילונג „דאָס מעסערל“, ווי אויך כעלעמער מעשׂיות און אַנדערע דערציילונגען פֿאַר קינדער. די סטודענטן וועלן האָבן אַ געלעגנהייט צו פּראַקטיצירן בײַ זיך אין דער היים מיט רעקאָרדירונגען וואָס חנה גאָנשאָר וועט זיי איבערשיקן, און אַזוי אַרום פֿאַרבעסערן זייער אַרויסרייד איידער זיי לייענען פֿאָר די טעקסטן אין קלאַס.
מע וועט אויך דיסקוטירן די דערציילונגען אויף ייִדיש, די סטודענטן זאָלן האָבן אַ געלעגנהייט צו אַנטוויקלען אַ ביסל מער צוטרוי צו זיך בײַם רעדן אויף מאַמע־לשון.
דער קלאַס, געלערנט דורך „זום“, וועט פֿאָרקומען יעדן דאָנערשטיק, פֿון 6:00 ביז 7:30 אַ זייגער אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, פֿונעם 5טן נאָוועמבער ביזן 24סטן דעצעמבער. דער שׂכר־לימוד איז $175 פֿאַר ייִוואָ־מיטגלידער, $250 פֿאַרן ברייטן עולם און $100 פֿאַר פֿולצײַטיקע סטודענטן.
כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע און זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
