קינדער וועלן זיך באַקענען מיט ייִדיש דורך יאָגע און געזאַנגGetting kids to learn Yiddish through yoga and songs
„יאַנאַ“ אָרגאַניזירט קלאַסן וואָס באַקענען קינדער מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

Graphic by Angelie Zaslavsky
כּדי צו לערנען קינדער ייִדישע ווערטער און אײַנצופֿלאַנצן אין זיי אַ חשק צו דער שפּראַך און קולטור, אָרגאַניזירט די סאַן־דיעגאָער אָרגאַניזאַציע Yaaana (ראָשי־תּיבֿות פֿאַר „אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישער קונסט און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין צפֿון־אַמעריקע“) דרײַ ייִדיש־קלאַסן פֿאַר קינדער.
אינעם קלאַס מיט נעמי מילער Fun with Yiddish (האָט הנאה מיט ייִדיש) וועלן קינדער זיך לערנען ייִדישע ווערטער דורך געזאַנג און מעשׂהלעך. מע וועט צופּאַסן די לעקציעס צום עלטער פֿון די קינדער, וואָס פֿאַרשרײַבן זיך.
דעם ערשטן קלאַס, וואָס וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 1טן נאָוועמבער, 1:00 אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, קען מען אויספּרוּוון בחינם. די ווײַטערדיקע פֿינף קלאַסן קאָסטן $50. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
אינעם קלאַס „ייִדיש־יאָגע פֿאַר קינדערלעך“, וועט טאַניע יאַקאָוולעוואַ געבן קינדער אַן אַרײַנפֿיר צו יאָגע אויף אַ פּשוטן ייִדיש, וואָס וועט באַקענען די יונגע יאָגעיִסטן סײַ מיט געניטונגען, סײַ מיט די שײכדיקע ווערטער און טערמינען אויף מאַמע־לשון. דער קלאַס, וואָס איז בחינם, וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 5טן נאָוועמבער, 12:00 אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
פֿאַר קינדער וואָס קענען נאָך ניט קיין ייִדיש, אָרגאַניזירט „יאַנאַ“ דעם קלאַס „ייִדיש פֿאַר קלוגע קינדער“. די תּלמידימלעך וועלן זיך באַקענען מיט ייִדישע ווערטער דורך געזאַנג און גראַמען ווי אַ טייל פֿון אַ שפּילערײַען. דער ערשטער קלאַס, וואָס וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 12טן נאָוועמבער, 12:00 אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, קען מען אויספּרובירן בחינם. פֿאַר די ווײַטערדיקע קלאַסן מאָנט מען $10 ביז $15 דאָלאַר אַ קלאַס. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
