ווידעאָ: אַ קאַטאַלאַנער פּראָטעסט־הימען — אויף מאַמע־לשוןWATCH: A Catalonian protest anthem in Yiddish
„דער יאָך“, אַ ליד קעגן דער דיקטאַטור פֿון פֿראַנציסקאָ פֿראַנקאָ, קלינגט זייער ייִדישלעך אינעם „קלעזמאַטיקס“־נוסח.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אַ מאָל זענען די שענסטע פּאָליטישע לידער אויף ייִדיש איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן. אַז מע הערט זיך צו צום ליד „דער יאָך“ געזונגען דורך די „קלעזמאַטיקס“, וואָלט מען מסתּמא ניט געטראָפֿן, אַז ס׳איז אַן איבערזעצונג. כאָטש דאָס ליד איז געשריבן געוואָרן אויף קאַטאַלאַניש, קלינגט עס זייער ייִדישלעך אין יורי וועדעניאַפּינס ייִדישער איבערזעצונג.
L’estaca (דער סטויפּ), וואָס ווערט הײַנט באַטראַכט ווי אַ מין צווייטער נאַציאָנאַלער הימען פֿון קאַטאַלאָניע, האָט מחבר געווען דער פּאָעט און פֿאָלקסזינגער לויִס לאַק אין 1968, ווען ס׳איז נאָך אַלץ געווען אומלעגאַל בכלל צו זינגען אויף קאַטאַלאַניש פֿאַר אַן עולם. דאָס ליד דערציילט פֿון אַן אַלטן סטויפּ, וואָס וועט זיך צעפֿאַלן אויב גענוג מענטשן וועלן זיך אַוועקציִען פֿון די קייטן, וואָס בינדן זיי צו אים. דער סטויפּ איז אַ מעטאַפֿאָר פֿאַרן דעמאָלטיקן שפּאַנישן דיקטאַטאָר פֿראַנציסקאָ פֿראַנקאָ, וואָס האָט פֿאַרווערט דאָס רעדן קאַטאַלאַניש בפֿרהסיא.
אַ פֿאַרשיקטער אין גלות האָט לאַק ניט געקענט עפֿנטלעך זינגען דאָס ליד אין זײַן היימלאַנד ביז נאָך פֿראַנקאָס טויט אין 1976. ווי מע קען זען אינעם דאָזיקן פֿילם פֿונעם זעלביקן יאָר, וווּ ער זינגט דאָס ליד צום ערשטן מאָל אויף אַ קאָנצערט אין שפּאַניע, האָט דער עולם שוין פֿון פֿריִער געהאַט זיך אויסגעלערנט די ווערטער.
דאָס ליד האָט אינספּירירט אַ ריי ווערסיעס אויף אַנדערע שפּראַכן. אַ פּוילישע איבערזעצונג, פֿון יאַצעק קאַטשמאַרסקי, איז געוואָרן דער הימען פֿון דער פּוילישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג „סאָלידאַריטעט.‟
דעם ייִדישן נוסח האָט מען לעצטנס פֿאַרשפּרייט אויף פֿייסבוק ווי אַן אויסדרוק פֿון סאָלידאַריטעט מיט די דעמאָנסטראַנטן אין ווײַסרוסלאַנד.
דרך־אַגבֿ, אַ מוזיק־ווידעאָ מיט אַ ווײַסרוסישן נוסח פֿונעם ליד געשאַפֿן לכּבֿוד די פּראָטעסטירער קען מען זען דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
