אָנלײַן־זינגערײַען און וואַרשטאַטן מיטן „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר“Online workshops and sing-alongs with the Jewish People’s Philharmonic Chorus
בנימין שעכטער, דער דיריגענט פֿונעם כאָר, וועט לערנען וועגן דער מוזיק און געשיכטע פֿון ייִדישע לידער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ניט געקוקט אויפֿן קאָראָנאַ־ווירוס־מצבֿ, גייט בנימין שעכטער, דער דיריגענט פֿונעם ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר,ווײַטער אָן מיט זײַן טעטיקייט.
איצט אָרגאַניזירט ער אַ סעריע אָנלײַן־פּראָגראַמען צו לערנען דעם ברייטן עולם אַ ביסל וועגן דער ייִדישער מוזיק. דערבײַ וועט מען אויך זינגען בציבור.
אין די פּראָגראַמען, וואָס וועלן פֿאָרקומען יעדן מאָנטיק, 7:00 אַ זייגער אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, פֿונעם 2טן נאָוועמבער ביזן 16טן נאָוועמבער, און דערנאָך ממשיך זײַן אין דעצעמבער, וועט מען אַנאַליזירן עטלעכע לידער און זיי זינגען צוזאַמען. מע וועט דערבײַ אַרומרעדן די סטרוקטור פֿונעם ליד, ווי אויך זײַן מעלאָדיע און הויפּט־מאָטיוון.
מע וועט באַטראַכטן די ווערטער וואָס ווערן גענוצט אינעם טעקסט און זייערע אַרויסריידן און עטימאָלאָגיעס, ווי אויך דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿונעם ליד. קודם וועט מען אײַנפֿירן לידער מיט פּשוטע ווערטער וואָס חזרן זיך איבער אַזוי ווי „בולבעס“ און אַרומרעדן פֿאַר וואָס לידער מיט פּשוטע טעקסטן האָבן אַמאָל לאוו־דווקא אַ גרינגע מעלאָדיע. יעדע סעסיע וועט ווערן געווידמעט אַ טעמע, למשל האַרבסט, חנוכּה, עסן וכדומה.
די וואָס ווילן אָנטייל נעמען אין דער ערשטער סעסיע, וואָס איז בחינם, זאָלן זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דורכן שיקן אַ בריוו [email protected].
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
