ייִדישע ווערטער פֿון דער וואָך: דאָס העכסטע געריכט Yiddish words of the week: The Supreme Court
דערוויסט זיך ווי אַזוי אַרומצורעדן אויף ייִדיש דעם פּראָצעס ווי אַזוי אַ ריכטער ווערט אויסגעקליבן צום העכסטן געריכט.

Image by Getty Images
נאָך אַ ריי דעבאַטעס, האָט דער אַמעריקאַנער סענאַט באַשטעטיקט פּרעזידענט טראָמפּס באַשלוס צו זעצן די ריכטערין עמי קאָני באַרעט אויפֿן העכסטן געריכט. די אָפּשטימונג איז געווען 52 פֿאַר און 48 קעגן.
באַרעט וועט פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון רות ביידער גינזבערג, וואָס איז ניפֿטר געוואָרן דעם 18טן נאָוועמבער. באַרעט איז פֿריִער געווען אַ געריכט־שרײַבערין פֿאַרן קאָנסערוואַטיוון ריכטער אַנטאָנין סקאַליאַ, און אָבסערוואַטאָרן האַלטן, אַז זי וועט אידעאָלאָגיש נאָכגיין אין זײַנע דרכים.
אין 2016 האָבן די רעפּובליקאַנער סענאַטאָרן ניט דערלאָזט, אַז מע זאָל באַשטעטיקן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס אויסקלײַב מעריק גאַרלאַנד צום העכסטן געריכט, ווײַל ס׳איז געווען אַכט חדשים פֿאַר די וואַלן, און מע האָט דעמאָלט געטענהט, אַז די וויילער דאַרפֿן צו ערשט אויסקלײַבן אַ נײַעם פּרעזידענט און נײַע סענאַטאָרן איידער דער קומענדיקער פּרעזידענט קלײַבט אויס אַ נײַעם ריכטער ווײַל, פֿאַרשטייט זיך, ווילן ביידע פּאַרטייען אַז מע זאָל אָננעמען ריכטער, וואָס שטימען מיט זייער אייגענער פּאָליטישער נייגונג — קאָנסערוואַטיוו, צי ליבעראַל. דאָס מאָל אָבער, האָט מען יאָ באַשטעטיקט פּרעזידענט טראָמפּס נאָמינאַציע בלויז צוויי וואָכן פֿאַר די וואַלן. ווי אַן אָפּרוף, האָפֿן אַ סך דעמאָקראַטן, אַז טאָמער וועט דזשאָו בײַדען דערוויילט ווערן, וועט ער _אײַנפֿירן אַז דאָס העכסטע געריכט זאָל באַשטיין פֿון מער ווי 9 ריכטער.
די ווערטער און אויסדרוקן זענען טייל פֿון אַ רשימה וועגן דעם העכסטן געריכט, אַרויסגעלאָזט די וואָך פֿון דער ייִדיש־ליגע. כּדי צו לייענען די גאַנצע רשימה, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
