אַ זעלטענע שטעלע אין ייִדישלאַנדA rare full-time position in Yiddishland
דער לאָנדאָנער „אוניווערסיטעט־קאַלעדזש“ זוכט עמעצן, וואָס קען סײַ לערנען סטודענטן ייִדיש פֿולצײַטיק, סײַ אָנשרײַבן פֿאָרש־אַרטיקלען.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די אָפּטיילונג פֿאַר יודאַיִסטיק בײַם לאָנדאָנער „אוניווערסיטעט־קאַלעדזש“ זוכט אַ פֿולצײַטיקן ייִדיש־פּראָפֿעסאָר, וואָס וועט אָנהייבן אַרבעטן אין סעפּטעמבער 2021. (כאָטש דער פּאָסטן הייסט אויף ענגליש אַ lecturer, איז דער טערמין אין ענגלאַנד טײַטש מער־ווייניקער די זעלביקע שטעלע ווי אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר אין אַמעריקע).
די אָפּטיילונג, וואָס איז די גרעסטע און עלטסטע פֿון יודאַיסטיק אין גרויס־בריטאַניע, זוכט אַ קאַנדידאַט וואָס זאָל קענען לערנען ביז־גראַדויִר און גראַדויִר־סטודענטן די ייִדישע שפּראַך; לערנען קלאַסן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור; אַרויסגעבן אָריגינעלע פֿאָרש־אַרטיקלען, און דערליידיקן אַדמינסטראַטיווע עובֿדות. דער פּראָפֿעסאָר וועט אויך העלפֿן רעקרוטירן גראַדויִר־סטודענטן, שאַפֿן ניט־אַקאַדעמישע פּראָגראַמען פֿאַרן ברייטן עולם און אָנשרײַבן לערנפּלענער. דאָס שׂכירות פֿאַרן פּאָסטן איז £44,737 ביז £52,764 פֿונט.
דער קאַנדידאַט דאַרף שוין האָבן אַ דאָקטאָראַט, קענען פֿליסיק רעדן ייִדיש, האָבן פּראַקטיק ווי אַ שפּראַכלערער, און זײַן באַהאַוונט אין לערנען אָנלײַן. ער אָדער זי דאַרף שוין האָבן געהאַט פּובליקירט אַקאַדעמישע אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער שפּראַך, קולטור אָדער ליטעראַטור, און האָבן דערפֿאַרונג מיטן שאַפֿן געלט פֿאַר אַקאַדעמישע צוועקן.
אַפּליקאַציעס וועט מען אָננעמען ביזן 30סטן נאָוועמבער 2020. דעם אַפּליקיר־בויגן קען מען געפֿינען דאָ.
די פֿינאַליסטן פֿאַרן פּאָסטן וועלן פֿאַרבעטן ווערן אויף אַ פֿאַרהער, אין וועלכן זיי וועלן האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן זייער פֿאָרש־אַרבעט און ענטפֿערן אויף פֿראַגעס אויף ייִדיש און ענגליש. מע וועט מאַכן די פֿאַרהערן און פֿאָרמעלע אינטערוויוען אין יאַנואַר.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
