„אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג“: די לינקס צו אַלע קאַפּיטלען אויף איין אָרטLinks to all clips of “Yiddish Word of the Day” in one list
ביז אַהער האָט דער פֿאָרווערטס שוין אַרויסגעלאָזט 109 קאַפּיטלען וואָס מע האָט געקוקט מער ווי 350,000 מאָל.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די ווידעאָ־סעריע „אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג“, וואָס דער פֿאָרווערטס האָט לאַנצירט סוף־אַפּריל, נעמט שוין אַרײַן 109 קאַפּיטלען — ממש טויזנטער ייִדישע ווערטער און פֿראַזעס.
ביז אַהער האָט מען געקוקט די פּראָגראַם מער ווי 350,000 מאָל אויף פֿייסבוק און יוטוב. כאָטש מע קען געפֿינען רשימות פֿון אַלע עפּיזאָדן סײַ אויף יוטוב, סײַ אויף פֿייסבוק, דויערט עס אַ היפּש ביסל צײַט זיי אַלע דורכצוקוקן.
לטובֿת די וואָס ווילן גיכער אויסזוכן אַ ווידעאָ לויט דער טעמע, האָט דער שוועדישער ייִדישיסט ליף פֿריילעך געשאַפֿן אַ רשימה מיט אַלע טיטלען פֿון די ווידעאָס אויף ענגליש, בײַנאַנד מיט דער פֿאַרבינדונג צו יעדן קאַפּיטל אויף יוטוב. די רשימה איז אויסגעסדרט כראָנאָלאָגיש אָבער מע קען זי אויך אויססדרן אַלפֿאַבעטיש, אָדער סתּם זוכן לויטן טיטל פֿונעם קאַפּיטל.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
