יואל קאָלקאָ, ברוקלינער רבֿ באַשולדיקט אין סעקסועלער באַלעסטיקונג, שטאַרבט פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוסBrooklyn rabbi accused of child molestation, Joel Kolko, dies of COVID-19
נישט געקוקט אויף זײַן טויט וועלן ווײַטער אָנגיין די לעגאַלע פּראָצעסן קעגן דער ישיבֿה וווּ ער האָט געלערנט יאָרן לאַנג.

Image by Google Maps
יואל (יהודה) קאָלקאָ, אַ ברוקלינער רבֿ וועמען מע האָט באַשולדיקט אינעם סעקסועל באַלעסטיקן יאָרן לאַנג געוויסע תּלימידים אין דער ישיבֿה וווּ ער האָט געלערנט, איז געשטאָרבן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס אין ישׂראל, האָט איבערגעגעבן די צײַטונג „ניו־יאָרק־פּאָסט“.
די צײַטונג האָט נישט דערמאָנט דעם טאָג ווען ער איז געשטאָרבן אָבער האָט באַטאָנט אַז ער איז קראַנק געוואָרן אין ישׂראל בשעת די יום־טובֿים. ער איז געווען 74 יאָר אַלט.
עטלעכע געוועזענע תּלמידים פֿון „ישיבֿה תּורה תּמימה” אין פֿלעטבוש, ברוקלין, האָבן באַשולדיקט קאָלקאָ אין האָבן זיי באַלעסטיקט. אין 2016 האָט די ישיבֿה באַצאָלט צוויי געוועזענע תּלמידים 2.1 מיליאָן דאָלאַר פֿאַרגיטיקונג פֿאַר קאָלקאָס מעשׂים. די ייִנגלעך זענען געווען זעקס יאָר אַלט ווען קאָלקאָ האָט זיי באַלעסטיקט.
אין די פּראָצעסן קעגן דער ישיבֿה, האָבן די אָנקלאָגער באַשולדיקט די הנהלה פֿון „תּורה תּמימה” אין דעם וואָס זיי האָבן געוווּסט וועגן קאָלקאָס אָנפֿאַלן אויף די תּלמידים אָבער דאָך אים ווײַטער אָנגעהאַלטן בײַ דער אַרבעט.
איצט לאָדן די ישיבֿה עטלעכע אַנדערע געוועזענע תּלמידים, וואָס זאָגן אַז קאָלקאָ האָט זיך געטשעפּעט אויך צו זיי. פֿריִער האָבן די דאָזיקע געוועזענע תּלמידים נישט געקענט אָנקלאָגן די ישיבֿה אין געריכט, ווײַל צו פֿיל צײַט איז שוין געהאַט פֿאַרבײַ זינט די אָנפֿאַלן. אָבער אַ דאַנק אַ געזעץ, וואָס מע האָט אַרײַנגעפֿירט אין קראַפֿט אין 2017, קענען מענטשן וואָס זענען אַמאָל סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן גיין צו דער פּאָליציי אָדער אין אַ געריכט, נישט געקוקט אויף דעם, וויפֿל יאָר זענען פֿאַרבײַ זינט דעם אינצידענט.
ס׳איז דערווײַל נישט קלאָר, ווי אַזוי קאָלקאָס טויט וועט ווירקן אויף די פּראָצעסן קעגן דער ישיבֿה. „עס זענען דאָ דערוואַקסענע מענער וואָס טענהן, אַז עפּעס איז געשען מיט 40 צי 50 יאָר צוריק, און איצט איז דער מענטש וואָס האָט זיי כּלומרשט באַעוולט מער נישטאָ“, האָט אַבֿי מאָסקאָוויטש, אַן אַדוואָקאַט פֿאַר דער ישיבֿה, געזאָגט דעם „פּאָסט“.
אַן אַדוואָקאַט פֿאַר איינעם פֿון די געליטענע האָט אָבער באַמערקט אינעם „פּאָסט”־אַרטיקל, אַז קאָלקאָס טויט וועט בכלל נישט ענדערן דעם מצבֿ. „אין לעצטן סך־הכּל קען מען נישט אָפּלייקענען דאָס וואָס קאָלקאָ האָט אָפּגעטאָן. מײַן קליִענט וועט עדות זאָגן וועגן דעם“.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
