סעריע רעפֿעראַטן וועגן משה קולבאַקס פּאָעמע, „רײַסן“Series of lectures on Moyshe Kulbak’s epic poem, “Raysn’’
מאַרק קאַפּלאַן וועט דערקלערן פֿאַר וואָס דאָס ליד קען באַטראַכט ווערן ווי אַ נאַציאָנאַלן עפּאָס פֿאַרן ווײַסרוסישן ייִדנטום.

Graphic by Angelie Zaslavsky
געוויינטלעך, ווען אַ פֿאָרשער האַלט אַ סעריע רעפֿעראַטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿאָקוסירט ער אָדער זי אויף אַ ריי ווערק פֿון איין שרײַבער אָדער אויף אַ ליטעראַרישער באַוועגונג און ניט אויף איין ליד צי דערציילונג. דערפֿאַר איז אַזוי אייגנאַרטיק די סעריע רעפֿעראַטן וואָס ווערן אײַנגעאָרדנט דורך דער רוסישער אָרגאַניזאַציע „אשכּולות“, דורך וועלכער דער עולם וועט זיך באַקענען מיט בלויז איין ייִדישער פּאָעמע: משה קולבאַקס „רײַסן“.
אין די רעפֿעראַטן, וואָס וועלן פֿאָרקומען יעדן מיטוואָך, פֿונעם 18טן נאָוועמבער ביזן 9טן דעצעמבער, 8:00 אין אָוונט מאָסקווער צײַט (12:00 מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט), וועט ד׳׳ר מאַרק קאַפּלאַן (דאַרטמאָט־קאַלעדזש) דערקלערן פֿאַר וואָס די עפּישע פּאָעמע איז אַזאַ אוניקאַלע אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
די פּאָעמע, וואָס שילדערט דאָס לעבן פֿון אַ גרופּע ווײַסרוסישע ייִדישע פֿאַרמער און איבערהויפּט אַ בחור וואָס פֿאַרליבט זיך אין אַ ניט־ייִדישן מיידל, באַטראַכט קאַפּלאַן ווי אַ מין אַלטערנאַטיוון נאַציאָנאַלן עפּאָס פֿאַרן ווײַסרוסישן ייִדנטום. קאַפּלאַן וועט אַרומרעדן די פּאַראַדאָקסן פֿונעם לידס סטרוקטור און געוויסע קנייטשן וועגן קולבאַקס לשון. ער וועט אויך באַהאַנדלען די אופֿנים, ווי אַזוי די טעמאַטיק פֿון דער פּאָעמע, למשל דער פֿאַקט וואָס זי שילדערט דאָרפֿישע ייִדישע פֿאַרמער, שיידט זיך אונטער פֿון אַנדערע ייִדישע טעקסטן.
די פּראָגראַם, אויף ענגליש, איז בחינם, אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער.
מע קען, דרך־אגבֿ, אַראָפּלאָדן דעם טעקסט פֿון „רײַסן“ ווי אַ פּי־די־עף, און דערבײַ הערן ווי דער גרויסער ייִדישער רעציטאַטאָר הערץ גראָסבאַרד לייענט פֿאָר די פּאָעמע.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
