אָנלײַן־פֿאָרלייענונג: אַ ייִדיש קינדערביכל וועגן קלעזמאָרים אין רומעניעOnline reading: a Yiddish children’s book about klezmer musicians in Romania
יעל סטראָמס „שלמהל־בוימל מיטן מזלדיקן דריידל“ איז באַזירט אויף אַ מעשׂה וואָס ער האָט געהערט בעת אַן עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע אין די 1980ער יאָרן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
לעצטנס האָט דער קלעזמער־עקספּערט, עטנאָמוזיקאָלאָג און פֿילמאָגראַף יעל סטראָם אַרויסגעלאָזט אַ קינדערביכל אויף ייִדיש און ענגליש. דאָס ביכל, „שלמהל־בוימל מיטן מזלדיקן דריידל“, דערציילט אַן אמתע מעשׂה וואָס ער האָט געהערט, בעת אַן עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע אין רומעניע אין די 1980ער יאָרן. די מעשׂה גייט אַזוי: דער טראָמבאָניסט שלמה פּרובירט צו קויפֿן דעם בעסטן ישׂראלדיקן בוימל, כּדי די אײַנוווינער פֿון זײַן שטעטל באַהוש זאָלן קענען געווינען אַ קאָנקורס, ווער עס קען מאַכן די געשמאַקסטע לאַטקע.
זונטיק, דעם 6טן דעצעמבער, 2:00 ניו־יאָרקער צײַט, וועט סטראָם, לכּבֿוד חנוכּה, פֿאָרלייענען די דערציילונג אויף ענגליש דורך „זום‟. ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם, וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורך YAAANA (ראָשי־תּיבֿות פֿאַר „אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישער קונסט און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין צפֿון־אַמעריקע) אין צוזאַמענהאַנג מיט אירע ווינטער־קורסן אין ייִדישער שפּראַך און קולטור, וועט סטראָם אויך שפּילן עטלעכע רומענישע ייִדישע לידער אויפֿן פֿידל.
דער אײַנטריט איז 10 $. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
