Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער נײַער ייִדיש־לאָבי אין כּנסת: אַ היסטאָרישער איבערבליקA historical overview of the new Yiddish lobby in the Knesset

אַ צאָל כּנסת־דעפּוטאַטן זײַנען בײַגעווען דעם „סאַלוט פֿאַר ייִדיש‟ אין 1993 אָבער מע האָט בכלל ניט דערמאָנט אַז מע שאַפֿט אַ געזעץ לטובֿת ייִדיש.

דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון דער כּנסת, שבֿח ווײַס, איז אַ וואַרעמער אָנהענגער פֿון ייִדיש. לעבן אים זיצט יצחק לודען Image by Getty Images

ווי מע האָט לעצטנס געשריבן דאָ אינעם פֿאָרווערטס, האָט אַ גרופּע ייִדישע קולטור־טוער אין ישׂראל און אויסלאַנד זיך געטראָפֿן, אָנהייב נאָוועמבער, מיט צוויי כּנסת־דעפּוטאַטן, ווי טייל פֿון אַ נײַעם ייִדיש־לאָבי וואָס צילעוועט עפֿנטלעך אָנצונעמען מער אַחריות פֿאַר ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך און במילא פֿאַרשטאַרקן די פּאָזיציע פֿון ייִדיש אין לאַנד.

די כּנסת־דעפּוטאַטין טלי פּלאַסקאָוו (ליכּוד) האָט אויפֿגענומען די לאָבי־געסט. אַחוץ איר האָבן זיך אויף דער זיצונג באַטייליקט דער כּנסת־דעפּוטאַט, עוזי דײן (אויך פֿון ליכּוד); דער איניציאַטאָר פֿונעם לאָבי, ד״ר בער קאָטלערמאַן און דער גרינדער פֿון „ייִדישפּיל‟ — שמואל עצמון. אַ שיינע דערגרייכונג פֿון דער נײַער איניציאַטיוו איז וואָס מ’האָט אויך צונויפֿגעבראַכט עטלעכע אויסלענדישע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדיש־וועלט: שׂרה־רחל שעכטער, די רעדאַקטאָרין פֿון פֿאָרווערטס וואָס האָט פֿאַרטראָטן די אַמעריקאַנער ייִדישיסטן; פּראָפֿ׳ גלעד צוקערמאַן, אַ לינגוויסט אויפֿן געביט פֿון באַדראָטע שפּראַכן אין אַדעלייד־אוניווערסיטעט, אויסטראַליע און אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון לייוויק־הויז; אַבֿרהם ליכטענבוים, דעם דירעקטאָר פֿון אַרגענטינער ייִוואָ, און זשאַן העסל — אַן עצה־געבער וועגן ייִדיש־ענינים בײַם שוועדישן שפּראַכראַט. 

טאָ לאָמיר געבן אַ קורצן היסטאָרישן איבערבליק וועגן דעם וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען במשך פֿון די לעצטע דרײַסיק יאָר און די פֿירנדיקע ראָלע וואָס ס׳האָט געשפּילט דער פֿאַרבאַנד „המשך־דור ליבהאָבערס פֿון ייִדיש‟.

דעם 8טן יאַנואַר 1990 איז אין „בית לייוויק‟ — דעם תּל־אָבֿיבֿער לאָקאַל פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל‟ — פֿאָרגעקומען אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ וווּ מע האָט פֿאָרמולירט די אויפֿגאַבע צו שאַפֿן אַ ייִדיש־לאָבי אין כּנסת און צו ווירקן אויף דער העברעיִשער פּרעסע און טעלעוויזיע. די מיטגלידער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון „המשך־דור‟ זײַנען געווען דניאל גלאי, שולמית וואַבניק, פּסח סקודיצקי, אַבֿיבֿה טל, יוסף לוריא, עמוס סאָרגען און שׂרה סילמאַן.

דעם 31סטן יאַנואַר האָבן שמואל רפֿאל, אַ פּראָמינענטער לאַדינאָ־אַקטיוויסט, און דניאל גלאי זיך געטראָפֿן מיטן בילדונגס־מיניסטער יצחק נבון (נאַוואָן) כּדי צו פּלאַנירן אַן אָוונט פֿון ייִדיש און לאַדינאָ. נבון, דער צוקונפֿטיקער מדינה־פּרעזידענט, האָט צוגעזאָגט זײַן פֿולע שטיצע.

דעם 30סטן יוני האָט מען אַרויסגעשיקט אויפֿקלער־מאַטעריאַל צו די כּנסת־דעפּוטאַטן אליהו בן־אלישר, דבֿ שילאַנסקי, אַבֿרהם בורג און שבח ווײַס. דער לעצטער האָט זיך אָפּגערופֿן גאָר פּאָזיטיוו.

דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון דער כּנסת, שבֿח ווײַס, איז אַ וואַרעמער אָנהענגער פֿון ייִדיש. לעבן אים זיצט יצחק לודען Image by Getty Images

דעם 22סטן מײַ 1992 האָט די צײַטונג, „לעצטע נייַעס‟, איבערגעגעבן, אונטערן קעפּל „ייִדיש־לאָבי אין כּנסת‟, אַז דער כּנסת־דעפּוטאַט אלי דיין איז גרייט צו שטיין בראש פֿונעם ייִדיש־לאָבי. עס ווערט אויך דערמאָנט דעם „המשך־דור‟ וועלכער שטרעבט אַז ייִדיש זאָל דורך דער כּנסת אָנערקענט ווערן ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך און עס זאָל אויף דעם סמך געשאַפֿן ווערן אַ מלוכה־אינסטאַנץ געווידמעט דער ייִדישער קולטור. ווי גייט דאָס ווערטל: מיט חניפֿה און קריכערישקייט קען מען נישט דערגרייכן קאָנקרעטע רעזולטאַטן.

יאָר אײַן יאָר אויס זענען אַזוי אַרום פֿאָרגעקומען פֿילצאָליקע טעטיקייטן וועלכע האָבן דערפֿירט דערצו אַז אין יאָר 1996 האָט מען אין כּנסת סוף־כּל־סוף באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. אָבער דערנאָך, ווען דער געזעץ איז נישט פֿאַרווירקלעכט געוואָרן, האָבן די געזעץ־איניציאַטאָרן געפֿאָדערט דער געזעץ זאָל ניט באַגראָבן ווערן און מע זאָל דערלעבן צו האָבן אַ ממשותדיקע, לעבעדיקע אינסטאַנץ. די ערשטע פֿאַרזאַמלונג פֿונעם ראַט פֿון דער אינסטאַנץ איז ענדלעך פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר 1999.

לאָמיר צוגעבן און פֿאַרפּינקטלעכן, אַז דעם 4טן יאַנואַר 1993 איז אין דער כּנסת פֿאָרגעקומען אַ „סאַלוט פֿאַר ייִדיש‟, אַן אימפּאָזאַנטע אונטערנעמונג אין אַ גרויסן זאַל פֿאַרן ברייטן פּובליקום און אויך אַ זיצונג אין פּלענום פֿון דער כּנסת. ס׳איז דערשינען אַ פֿײַנער בראָשור, רעדאַקטירט פֿון יצחק לודען, אויף פֿיר שפּראַכן — ייִדיש, העברעיִש, ענגליש און רוסיש — מיט אַלע רעדעס פֿון די כּנסת־דעפּוטאַטן וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער סעסיע. קיין איין וואָרט האָט מען אָבער דאָרט ניט דערמאָנט וועגן אַ געזעץ לטובֿת ייִדיש.

ס’איז אויך זייער סימפּטאָמאַטיש, אַז קיין איין פֿאָרשטייער פֿונעם „המשך־דור פֿאַראיין‟ האָט ניט באַקומען קיין וואָרט, כּדי צו ברענגען דעם ממשותדיקן געדאַנק פֿאַרן חשובֿן עולם. בקיצור, ס’איז געווען אַ בכּבֿודיקער זשעסט פֿון אַ גאַנצער ריי בכּבֿודיקע זשעסטן וואָס האָבן זיך געהאַלטן אין איין איבערחזרן, אָבער אָן שום ממשותדיקע רעזולטאַטן. דווקא אין זעלבן יאָר האָט דער „המשך־דור‟ פֿאַרטרויט דער אַדוואָקאַטין חנה גלאי צוצוגרייטן דעם ערשטן נוסח פֿונעם געגאַרטן געזעץ. צוויי חדשים שפּעטער, דעם 23טן מערץ 1993, איז פֿאָרגעקומען א פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין בית סאָקאָלאָוו, אין וועלכער, צווישן אַנדערע, איז אויך בײַגעווען פּראָפֿ׳ דוד קאַץ, און אין צענטער איז געשטאַנען די טעמע פֿון געזעצגעבונג לטובֿת ייִדיש.

אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז אין אַ גאָר פֿריִערדיקן שטאַפּל פֿון דעם פּראָצעס  (דעם 26סטן יולי 1990) האָט דער „המשך־דור‟ אַרויסגעבראַכט דעם געדאַנק צו שאַפֿן אַ מלוכישע קערפּערשאַפֿט וועלכע זאָל זיך פֿאַרנעמען מיט אַלע ייִדישע לשונות. אויב אַזאַ געדאַנק וואָלט רעאַליזירט געוואָרן — ס’הייסט, אַז שפּראַכן ווי ייִדיש, העברעיִש, לאַדינאָ און די ייִדישע־מוגראַבישע (אַראַבישע) שפּראַך וואָלטן אָנערקענט געוואָרן אין איינעם, וואָלט עס געקאָנט אין אַ גרויסער מאָס אויסמײַדן די עדות־אָפּפֿרעמדונג וואָס האָט זיך שפּעטער געשאַפֿן, ווען מ’האָט אָנערקענט נאָר צוויי שפּראַכן — ייִדיש און לאַדינאָ — אָבער באַזײַטיקט ייִדיש־מוגראַביש און זי געלאָזט אָן קיין מלוכהישער שטיצע. אַ פֿאַרדראָסיקער פֿעלער. בעיקר פֿילט מען עס הײַנט, ווען דער שפּאַלט צווישן די אייראָפּעיִשע און אויסער־אייראַפּעיִשע ייִדן אין ישׂראל וואַקסט פֿון טאָג צו טאָג.

אַבֿרהם בורג, דער זון פֿון דעם באַקאַנטן מיניסטער יוסף בורג און פֿירער פֿון מפֿד”ל (די נאַציאָנאַלע רעליגיעזע פּאַרטיי), האָט זיך געפֿירט אַמביוואַלענט צום גאַנצן ענין. ס’הייסט, סײַ ניט געשטיצט סײַ יאָ געשטיצט דעם געזעץ. דאָך האָט ער אין בריוו פֿון 1טן פֿעברואַר 1994 געבעטן בײַם „המשך־דור‟ מע זאָל אים דערלאַנגען וואָס גיכער דעם געזעץ־פֿאָרשלאָג אויפֿצושטעלן דעם נאַציאָנאַלן ראַט פֿאַר ייִדישער קולטור. גלײַכצײַטיק האָט שוין דבֿ שילאַנסקי, וויצע־פֿאָרזיצער פֿון כּנסת, צוגעשטעלט צום מחבר פֿון די שורות דעם ערשטן אָפֿיציעלן סקעטש פֿון געזעץ־פֿאָרשלאָג לטובֿת ייִדיש. די כּוונה איז געווען צו שאַפֿן אַ ראַט פֿון 21 מיטגלידער; צווישן זיי, צוויי פֿאָרשטייער פֿון יונגן דור און צוויי פֿונעם „פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן‟. ס׳איז אויך געשטאַנען אַז די אָ פֿונקציע וועלן אויספֿירן דער חינוך־ און קולטור־מיניסטער צוזאַמען מיט פֿאָרשטייערס פֿון „המשך־דור ליבהאָבערס פֿון ייִדיש פֿאראיין‟ און פֿון די אוניווערסיטעטן. קיין שום אַנדערע ייִדיש־אינסטיטוציע ווערט דאָ ניט דערמאָנט.

אַן אומדערוואַרטע, נעגאַטיווע אַנטוויקלונג איז פֿאָרגעקומען שפּעטער, ווען דעם 26סטן מערץ 1996 האָט אין אַ בריוו צו דליה איציק, וועלכע איז געשטאַנען בראש פֿון דער חינוך־קאָמיסיע, זיך באַקלאָגט דער פֿאָרשטייער פֿון „המשך־דור‟ הלמאי ער איז ניט פֿאַרבעטן געוואָרן צו דער זיצונג פֿון דער קאָמיסיע. דאָס איז געווען אַ קלאָרער סימן אַז הינטער די קוליסן זענען פֿאַראַן גורמים וועלכע פּרוּוון צו פֿאַרמינערן די ראָלע פֿון „המשך־דור‟. אין זעלבן יאָר, דעם 27סטן אָקטאָבער 1996 שיקט אַריה בעקנשטיין פון „המשך־דור‟ אַ בריוו צום נײַעם חינוך־ און קולטור־מיניסטער זבֿולון האַמער, אין וועלכן ער פֿרעגט זיך נאָך, וואָס געשעט מיטן געזעץ און פֿאַר וואָס ווערט ער נישט פֿאַרווירלקעכט?

ווען כ’האָב זיך געוואָנדן צו דער הײַנטיקער ייִדיש־אינסטאַנץ, פֿרעגנדיק ווי איז דער מצבֿ בײַ זיי, האָב איך באַקומען אַ פּרטימדיקע רשימה פֿון די פֿאַרשידענע טעטיקייטן וואָס גייען ווײַטער אָן מיט פֿולן ברען. דווקא אין דער קאָראָנאַ־תּקופֿה, האָט די אינסטאַנץ איניציִיִרט פּראָיעקטן פּאַסיקע פֿאַר דער צײַט: למשל, אַ „ייִדיש־קלוב פֿון דער היים‟ און אַן אַרויסטריט פֿון ייִדיש־קינסטלער דורך „זום‟ אונטערן קעפּל „אַן אָפּגע’זונ’דערט ווינקעלע‟. די אינסטאַנץ האָט אויך דורכגעפֿירט, צום צווייטן יאָר, אַ קאָנקורס פֿאַר דער בעסטער דערציילונג אויף ייִדיש. אונטער דער נײַער אָנפֿירונג אין קולטור און ספּאָרט־מיניסטעריום — זאָגט מען אונדז פֿון דער אינסטאַנץ — „האָפֿן מיר, אַז מיר וועלן קענען פֿאַרגרעסערן אונדזער בודזשעט, כּדי אונדזער טעטיקייט זאָל פֿאַרשטאַרקט ווערן‟.

צוריקשמועסנדיק וועגן דער נײַער לאָבי־איניציאַטיוו וואָלט איך געזאָגט, אַז לויט מײַן באַשיידענער מיינונג, דאַרף דער ערשטער ציל פֿונעם לאָבי זײַן צו פֿאַרגרעסערן דעם בודזשעט פֿון דער איצטיקער אינסטאַנץ, וואָס איז אַ גאָר מאָגערער און פֿאָרט איז זי שוין טעטיק קנאַפּע 21 יאָר ווײַל ס’וואָלט געווען אָן אַ זין און קליינשטעטלדיק צו שאַפֿן אַ נײַע מלוכהישע קערפּערשאַפֿט, וואָס זאָל קאָנקורירן מיט דער איצטיקער — בפֿרט אַז זי פֿירט אַזאַ שיינע און סיסטעמאַטישע קולטור־אַרבעט.

פֿון איין זײַט איז פֿאַראַן אַ סכּנה עס זאָל דאָ ניט ווערן אַ נײַער גילגול פֿונעם וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור — אַן אינסטיטוציע געשאַפֿן אין די 1970ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט וואָס האָט אויפֿגעהערט איר טעטיקייט אין 21סטן יאָרהונדערט; געהאַט געוויסע דערגרייכונגען אָבער געווען גאָר באַגרענעצט בײַם פֿאַרווירקלעכן אירע צילן. פֿון דער צווייטער זײַט שטעלט זיך די פֿראַגע, צי וועט דער נײַער לאָבי אָננעמען אַ שטעלונג לגבי דער אָנגייענדיקער מאַניפּולירטער, פּאָליטישער העצע קעגן אַשכּנזישן ייִדנטום אין ישׂראל. דאָס איז אַ האַרבע פֿראַגע וואָס וועט דעצידירן, ווי ווײַט וועט דער נײַער לאָבי זײַן רעלעוואַנט סײַ פֿאַר ייִדישיסטן און סײַ פֿאַר דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version