ווידעאָ: אַ ליד פֿאַר אַלע סעזאָנעןWATCH: A song for every season
לוסעט וואַן־דען בערג זינגט דער פּאָעטעסע שׂרה רייזענס „איר מײַן לידער קראַנץ“, באַגלייט פֿון איר אייגענער קאָמפּאָזיציע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך האָט די האָלענדישע סאָפּראַנאָ לוסעט וואַן דען בערג אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן זי זינגט „איר מײַן לידער קראַנץ“, געשריבן פֿון דער פּאָעטעסע שׂרה רייזען, באַגלייט פֿון אָריגינעלער מוזיק.
אַזוי ווי איר פֿריִערדיקער מוזיק־ווידעאָ פֿון רחל קאָרנס „מײַן לײַב“, וואָס זי האָט אַרויסגעלאָזט אין סעפּטעמבער, באַהאַנדלט דאָס ליד אַ פֿרויס געפֿילן בײַם באַמערקן ווי עס פֿליִען פֿאַרבײַ די יאָרן. דער טעקסט פֿאַרגלײַכט די געשעענישן פֿון אַ לעבן מיט לידער וועגן בלומען — געוויסע זענען פֿריילעכע, און אַנדערע טרויעריקע, אָבער זיי זענען אַלע כּדאַי צו זינגען אין פֿאַרשידענע מאָמענטן.
שׂרה רייזען, אַזוי ווי אסתּר קרײַטמאַן און אירע ברידער, י. י. און יצחק באַשעוויס זינגער, איז געווען אַ טאַלאַנטירטע שרײַבערין, וואָס איז הײַנט אַ סך ווייניקער באַקאַנט ווי אירע ברידער, אַבֿרהם און זלמן רייזען. אַ געבוירענע אין קוידענעוו, ווײַסרוסלאַנד, האָט זי זיך יונגערהייט אויסגעצייכנט ווי אַן איבערזעצערין פֿון ייִדיש אויף רוסיש. שפּעטער איז זי געוואָרן באַרימט פֿאַרן היפּוך — זי איז געווען איינע פֿון די בעסטע איבערזעצער פֿון רוסיש אויף ייִדיש און האָט געהאָלפֿן פּאָפּולאַריזירן דאָס לייענען די רוסישע קלאַסיקער אויף מאַמע־לשון אין די ייִדישע וועלטלעכע שולן. זי האָט אויך געאַרבעט ווי אַ לערערין, געשריבן הונדערטער אַרטיקלען פֿאַר ייִדישע צײַטונגען, דעם פֿאָרווערטס בתוכם, און אַרויסגעלאָזט עטלעכע זאַמלונגען לידער.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
