Image by Izzy Meckler
איזי מעקלער, אַן אײַנוווינער פֿון בערקלי, קאַליפֿאָרניע, האָט צוגעשיקט דעם פֿאָרווערטס אַ וויצבילד לכּבֿוד חנוכּה וואָס מיר ברענגען אײַך דאָ אונטן.
איזי אַרבעט ווי אַ קריפּטאָגראַף און האָט ליב מאַטעמאַטיק, היימיש געבאַקן ברויט און שמועסן אויף ייִדיש. ער וואָלט געוואָלט זיך טרעפֿן אויף אַ טעפּל קאַווע מיט אַנדערע ייִדיש־רעדער וואָס וווינען אין דער „ביי‟־געגנט. מע קען אים דערגרייכן דורך טוויטער.