Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

תּל־אָבֿיבֿער מוזיי „בית־התּפֿוצות‟ בײַט זײַן נאָמען — און זײַן פּערספּעקטיווTel Aviv’s Diaspora Museum changes its name – and its perspective

ייִדיש פֿאַרנעמט דאָ אַ מער חשובֿ אָרט ווי אין פֿריִערדיקן מוזיי — אַ „תּיקון‟ פֿאַר דער אַמאָליקער דיסקרימינאַציע פֿון ייִדיש.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

דווקא אין די קאָראָנאַ־טעג האָט מען לעצטנס געעפֿנט פֿון דאָס נײַ דעם „בית התּפֿוצות‟־מוזיי אין תּל־אבֿיבֿ אונטער אַ נײַעם נאָמען — „אנו: מוזיאון העם היהודי‟ [דער מוזיי פֿונעם ייִדישן פֿאָלק].

אָבער נישט בלויז דעם נאָמען האָט מען געביטן. אויך דאָס אינערלעכע אַרכיטעקטישע געשטאַלט און די פּערמאַנענטע אויסשטעלונגען זענען שפּאָגל־נײַ. דער גרונטיקער רעמאָנט האָט געדויערט צען יאָר און געקאָסט 100 מיליאָן דאָלאַר.

ווען מען האָט געגרינדעט דעם מוזיי אין יאָר 1978, איז עס געווען דאָס לעצטע געשריי פֿון מוזעאָלאָגיע און טעכנאָלאָגיע: לעבעדיקע עקספּאָנאַטן מיט עקראַנען, אַנימאַציע אאַז׳׳וו. ווי באַוווּסט, ווערט אָבער אַלץ פֿאַרעלטערט אין אונדזער וועלט (אַחוץ דער קינדהייט, ווי אַבֿרהם סוצקעווער האָט געשריבן), און אויך די אויסשטעלונגען פֿון „בית התּפֿוצות‟ זײַנען מיט דער צײַט געוואָרן אַלטמאָדיש.

איצט איז ער נישט צום דערקענען, און איך האָב גוט געקענט דעם מוזיי. מיט דרײַסיק יאָר צוריק פֿלעג איך זיך אַרויסגנבֿנען פֿון דער ישיבֿה און באַזוכן „בית התּפֿוצות‟. איך האָב ליב געהאַט אַרײַנצוגיין דורך דער רעפּליק פֿון טיטוס־טויער און וואַנדערן צווישן די עקספּאָנאַטן וואָס האָבן רעפּרעזענטירט די פֿאַרשיידענע שטעגן פֿון גלות: בבֿל, שפּאַניע, אַשכּנז, אַמעריקע אאַז„וו, און שעהען לאַנג האָב איך פֿאַרבראַכט אין דער רײַכער ווידעאָטעק.

מיר איז אויך געפֿעלן געוואָרן דער קילער, טונקעלער גײַסט פֿון מוזיי, וואָס האָט מיך אָפּגעהיט פֿונעם ברענענדיקן ישׂראלדיקן אַרום. און דער עיקר: „בית התּפֿוצות‟ האָט מיר געהאָלפֿן אויספֿאָרמירן נײַע באַגריפֿן וועגן ייִדישקייט – ברייטע, קולטורעלע – און פֿאַרשטיין די ייִדישע געשיכטע ווי אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער וועלט. איך וואָלט אַפֿילו געזאָגט אַז עס האָט בײַ מיר אַנטוויקלט דעם חוש פֿון אַ גלות־ייִד, און מיך אַוועקגעשטעלט אויפֿן וועג וואָס האָט מיך שפּעטער דערפֿירט צו ייִדיש.

האָב איך זיך אָנגעטאָן אַ מאַסקע, ווי מע איז שוין צוגעוויינט צו טאָן אין די טעג פֿון דער קאָראָנאַ־ווירוס־מגפֿה, און בין אַרײַן אין מוזיי. בין איך טאַקע צופֿרידן מודיע צו זײַן אַז די נײַע אַרומנעמיקע קאָנצעפּציע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק ווערט גוט אָפּגעהיט אינעם נײַעם „אנו‟־מוזיי. דאָס ייִדנטום ווערט רעפּרעזענטירט דורך אָן אַ שיעור פּנימער. דאָס איז נישט קיין קלייניקייט, ווען מען נעמט אין באַטראַכט די איצטיקע טענדענצן פֿון מדינת־ישׂראל, וואָס אידענטיפֿיצירט ייִדישקייט בלויז מיט איר נאַציאָנאַל־רעליגיעזן פּנים, און קוקט מיט אַ חשד אויף אַלץ וואָס שטימט נישט מיט דעם ווי, למשל, די ייִדן פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג.

דאָ, אין „אנו‟, זעט מען אַ סך ענטפֿערס אויף די באַרימטע פֿראַגע „מיהו יהודי?‟ [ווער איז אַ ייִד?]. אין דער סאַמע אָנהייב פֿון דער אויסשטעלונג זעט מען אַ מין וואַלד פֿון ייִדישע ביימער: גרויסע עקראַנען מיט ווידעאָס פֿון מענשטן וואָס דערציילן וועגן זייער ייִדישן אידענטיטעט: אַ ניו־יאָרקער היפּסטער; אַ מאַראָקאַנער־פֿראַנצייזישער טוער; אַ תּימנער קיבוצניק, וואָס איז אינספּירירט סײַ פֿון אינדישע תּורות און סײַ פֿון הרבֿ קוק; אַ גערער חסיד פֿון בני־ברק און די אַמעריקאַנער חסידישע ריכטערין, רוחי פֿרײַער; און אַפֿילו אַ יונגער טאַטע, וואָס דערקלערט אַז זײַן ייִדנטום באַשטייט בלויז פֿון רעדן עבֿרית, און דערפֿאַר האָט ער נישט געמלט זײַן קינד. אויף די אַרומיקע ווענט זעט מען בילדער פֿון כּלערליי ייִדישע משפּחות, און בתוכם — אַ משפּחה פֿון צוויי טאַטעס און אַ קינד. די אַלע רײַכע קלאַנגען און קאָלירן מאַכן אַן אײַנדרוק פֿון אַ באַלאַגאַן, אָבער דאָס זעט אויס בכּיוונדיק: טאַקע דאָ וווינט דאָס ייִדישע פֿאָלק.

„אנו‟ ווערט צעטיילט אויף דרײַ טיילן און דרײַ שטאָק, און נישט אומזיסט האָט מען דעם אַרײַנגאַנג (וואָס איז גלײַכצײַטיק דער אַרויסגאַנג) געגעבן דעם נאָמען „פסיפס‟ (מאָזאַיִק). דאָ זעט מען אַ ריי פּאָרטרעטן פֿון באַרימטע ייִדן: דער רמב׳׳ם, פֿראַנץ קאַפֿקאַ, סטיוון ספּילבערג, די נאָבעל־לאַוּרעאַט ריטאַ לוי־מאָנטעלטשיני און אַ סך אַנדערע. דאָ זעט מען אויך אַ מין קאָלעקטיווע ביבליאָטעק פֿון די פֿאַרשיידענע ייִדישע ליטעראַטורן, און בראש — פֿון סוצקעווערן; דאָ קען מע לערנען וועגן די ייִדישע שפּראַכן, און צווישן זיי, פֿאַרשטייט זיך, אויך ייִדיש. בכלל, פֿאַרנעמט ייִדיש דאָ אַ מער חשובֿ אָרט ווי אינעם פֿריִערדיקן מוזיי — אַ מין „תּיקון‟ פֿאַר דער אַלטער דיסקרימינאַציע פֿון ייִדיש אין דער ייִדישער מדינה.

Kafke

Image by Anu Jewish Museum

עס זײַנען אויך פֿאַראַן אַנדערע תּיקונים, און איבערהויפּט דעם אָרט פֿון דער ייִדישער פֿרוי. 160 פּראָמינענטע ייִדישע פֿרויען ווערן דאָ רעפּרעזענטירט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים: פֿון דער תּחינות־שרײַבערין רבֿקה טיקטינער ביז ליילא מוראַד, די ייִדישע אַקטריסע פֿון עגיפּטן. כּדאַי טאַקע צו מאַכן אַ שהחיינו וואָס מע שטעלט אונדזערע נשים אויבן אָן! און נאָך אַ וויכטיקע אויסבעסערונג: איצט זעט מען און מע הערט אויך מער מזרחים, ספֿרדישע ייִדן. אפֿשר צוליב דעם האָט מען געביטן דעם נאָמען: עס רעדט זיך מער נישט וועגן ווײַטע תּפֿוצות, נאָר טאַקע וועגן „אנו‟ – מיר אַליין. מיר זײַנען אַלע דאָרט.

די בעסטע אילוסטראַטאָרן און אַנימאַטאָרן (ווי למשל ירמי פּינקוס, וואס איז אויך דער מחבר פֿונעם גלענצנדיקן ראָמאַן וועגן אַ ייִדישן טעאַטער אין טשערנאָוויץ) האָבן אָנטייל גענומען אין דער נײַער אויסשטעלונג. דערפֿאַר האָט עס אַ סך סטילן און ניואַנסן, אָבער די אַלע זײַנען ווי אינסטרומענטן אין איין אָרקעסטער, אַ האַרמאָניע פֿון אַ סך טיילן.

Anu Museum

Image by Anu Museum

צווישן די לעצטע טעכנאָלאָגיעס קען מען אויך זען פּשוטע חפֿצים, ווי אין די אַמאָליקע מוזייען: אָריגינעלע צייכענונגען פֿון ייִדישע מאָלערס ווי חיים סוטין און קאַמי פּיסאַראָ, און אַ ריי היסטאָרישע אָביקעטן, ווי למשל אַ קוטשינער ספֿר־תּורה, לענאַרד כּהנס גיטאַרע, יצחק באַשעוויס־זינגערס שרײַבמאַשין און – דאָס האָט מיך ממש איבערראַשט: דער קאָסטיום און דער פּאַרוק פֿון שלמה מיכאָעלס אין זײַן לעגענדאַרער ראָלע פֿון „קעניג ליר‟ – ווי מע קאָן זען דאָ.

דער צווייטער שטאָק הייסט „מסע‟ [רײַזע]. דאָ גייען די באַזוכערס אויף „טורן‟ פֿון פֿאַרשידענע ייִשובֿים איבער דער וועלט, במשך פֿון דער ייִדישער געשיכטע. די אילוסטראַציע פֿון אַ ייִדיש שטעטל אין אַשכּנז איז מלא־חן, און די שילדן זײַנען טאַקע אויף ייִדיש. דאָ און דאָרט געפֿינען זיך אויך גרײַזן, ווי למשל „בעקערי‟ אַנשטאָט „בעקערײַ‟. ס’איז נישט קיין צופֿאַל, ווײַל עס דוכט זיך מיר אַז דער נײַער מוזיי ווערט געווידמעט, דער עיקר, די צוויי גרויסע ייִדישע צענטערס: ישׁראל און די פֿאַראייניקטע שטעט. פֿאַרשטייט זיך, מע דערציילט וועגן אַ סך אַנדערע קהילות, אָבער די בולטסטע זײַנען אָט די צוויי. אַלע אונטערקעפּלעך זײַנען אויף העברעיִש און ענגליש, און אַפֿילו ווען עס האַנדלט זיך מיט ייִדיש, קען מען נישט לייענען דעם טעקסט אינעם ייִדישן מקור, נאָר אין די צוויי איבערזעצונגען.

דאָס האָט מיך טאַקע פֿאַרדראָסן, בפֿרט אינעם צימער געווידמעט דעם חורבן. עס זײַנען דאָ צוויי גרויסע טעקטסן: אַ פּאַראַגראַף פֿון פּרימאָ לויס „צי איז דאָס אַ מענטש?‟ און דאָס ליד „מײַן שוועסטער חיה‟ פֿון בינעם העלער. מע קאָן אויך אַרומרעדן די סיבה פֿאַר וואָס דער אָפּטייל וועגן דעם חורבן איז אַזוי באַשיידן; אינעם פֿריִערדיקן מוזיי איז געשטאַנען אַ קאָלאָסאַלער מאָנומענט פֿון טויזנטער ליכטלעך לזכר די זעקס מיליאָן. דאָ באַנוגנט מען זיך מיט אַ שוואַרצן צימער. דערצו פֿון די אומצאָליקע ייִדישע ווערק וועגן דעם חורבן, האָט מען אויסגעקליבן נאָר איינס, אַ ליד וועגן אַ קינד/פֿרוי מיט גרינע אויגן און שוואַרצע צעפּ, וואָס אַ „דײַטש האָט אין טרעבלינקע זי פֿאַרברענט‟.

די צרה איז אַז דאָס ליד ווערט אויסגעשטעלט נישט אויף ייִדיש, נאָר אין העברעיִש און ענגליש, און דעם ענגלישן טעקסט האָט מען איבערגעזעצט פֿון עבֿרית (איך ווייס עס גענוי, ווײַל איך בין דער וואָס האָט עס איבערגעזעצט פֿאַר זיי). אַזוי האָט מען געטאָן מיט אַנדערע טעקסטן אויך, גלײַך ווי העברעיִש און ענגליש וואָלטן געווען די איינציקע שפּראַכן וואָס ייִדן האָבן באַנוצט. אפֿשר צוליב דעם וואָס אַזוי פֿיל ענגליש־רעדנדיקע ייִדן קענען נישט אַרויסרעדן געוויסע ייִדישע אותיות ווי, למשל דעם „ח‟, האָט מען גערופֿן דעם מוזיי „אנו‟ אַנשטאָט דעם מער באַניצטן פּראָנעם, „אנחנו‟.

מילא: אַלץ אין איינעם איז נישטאָ בײַ קיינעם, און אינעם נײַעם מוזיי זײַנען טאַקע דאָ אַ סך מעלות: ווי למשל אַ גרויסע אויסשטעלונג פֿון ייִדישן הומאָר (פֿון שלום עליכם ביז סײַנפֿעלד), און אויך— אַ בכּבֿודיקער זאַל מיט מוסטערס פֿון די באַרימטסטע שילן איבער דער וועלט: פֿראַנק לויד רײַטס „בית שלום‟ לעבן פֿילאַדעלפֿיע, „אַלט־נוישול‟ אין פּראָג, די „גרויסע שול‟ אין וואַרשע און נאָך צענדליקער אַנדערע.

דער מוזיי איז אַ מלא־וגדוש; ס’איז דאָ אַ סך וואָס צו זען און וואָס צו דערציילן, און איך בין געווען נאָר אַ גאַסט אויף אַ ווײַל (כ’האָב באַשטעלט אַ בילעט צו אַ באַשטימטער שעה, און געווען צוזאַמען מיט עטלעכע אַנדערע מאַסקירטע באַזוכערס). נאָך דער מגפֿה וועל איך צוריקקומען, און לאָמיר האָפֿן אַז די זאַלן וועלן לעבעדיק ווערן, ווי אין די אַמאָליקע נאָרמאַלע צײַטן. https://www.anumuseum.org.il/

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.