ווידעאָ: אין 1955 האָט מען געהערט ייִדישע סווינג־מוזיק אויפֿן „טונײַט־שאָו“WATCH: In 1955 there was Yiddish swing on the Tonight Show
די שוועסטער בורטאָן האָבן אַ מאָדע־סטיל וואָס דערמאָנט אַ פֿאַרגאַנגענע וועלט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
לעצטנס האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין אַן אינטערעסאַנטן ווידעאָ פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, Tonight Show, פֿון 1955, אין וועלכן די שוועסטער בורטאָן זינגען אַ סווינג־נוסח פֿונעם ליד, „אין מײַנע אויגן ביסטו שיין“.
די רעקאָרדירונג איז מיר געווען אַ חידוש צוליב עטלעכע סיבות. קודם, איז דאָס זינגען פּרעכטיק שיין. צווייטנס, קלינגען די ייִדישע טיילן פֿונעם ליד נאַטירלעך און די ענגלישע טיילן — דווקא אַלטמאָדיש — פּונקט דער היפּוך פֿון דעם, וואָס מע טרעפֿט געוויינטלעך בײַם הערן צוויישפּראַכיקע ייִדישע לידער. די עסטעטיק און מאָדע־סטיל פֿון די שוועסטער דערמאָנען מיך שטאַרק אין מײַן באָבען — פֿרויען אין יענער תּקופֿה האָבן געפּרוּווט אויסצוזען עלעגאַנטיש אויף אַן אופֿן וואָס איז דעמאָלט געווען ראַפֿינירט אָבער וואָס וואָלט הײַנט אויסגעזען מאָדנע. ס׳איז אויך טשיקאַווע — ווער זענען געווען די שוועסטער בורטאָן? פֿאַר וואָס זינגען זיי אויפֿן Tonight Show אויף מאַמע־לשון אין אַ צײַט, ווען מע האָט זעלטן ווען געהערט אַ ליד אויף דער טעלעוויזיע וואָס איז ניט אויף ענגליש.
די שוועסטער בורטאָן (פֿון דער היים: רויז און לין גאָלדמאַן) זענען דערצויגן געוואָרן אין פֿילאַדעלפֿיע. די מאַמע איז געווען אַן אימיגראַנטקע פֿון אוקראַיִנע און דער טאַטע — אַן אַמעריקאַנער ייִד וואָס האָט ניט פֿאַרשטאַנען קיין סך ייִדיש. ניט געקוקט אויף דעם וואָס זייערע עלטערן האָבן לכתּחילה ניט גרינג געקענט רעדן איינער מיטן צווייטן, האָבן זיי זיך פֿאַרליבט. די קינדער האָבן זיך אויסגעלערנט ייִדיש בײַ דער מאַמען און זינגען — בײַם טאַטן.
טעאַטער־אימפּרעסאַריאָס האָבן געפֿונען ראָלעס פֿאַר די שוועסטער אין די פֿילאַדעלפֿיער ייִדישע טעאַטערס און שפּעטער אויף דער צווייטער עוועניו אין ניו־יאָרק און אין די קעטסקיל־בערג. זיי האָבן אָבער בעסער געוואָלט ווערן האָליוווּדער שטערן און באַקאַנטע זינגער אויפֿן אַמעריקאַנער ראַדיאָ. און ס׳איז זיי כּמעט געלונגען — אַ געוויסע צײַט זענען זיי געווען באַרימט — ניט אַזוי באַרימט ווי, אַ שטייגער, די שוועסטער אַנדרו אָדער די שוועסטער בערי, אָבער זיי האָבן גאַסטראָלירט איבער אַמעריקע מיט קאָנצערטן און האָבן אַרויסגעלאָזט עטלעכע פּלאַטעס.
ס׳איז ניט דאָ אַזוי פֿיל אינפֿאָרמאַציע וועגן די שוועסטער בורטאָן אָנלײַן.
טאָמער ווייסט איר נאָך פּרטים, שרײַבט מיר אַ בליצבריוו אויף [email protected].
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
