אַ טעאַטער־וואַרשטאַט באַזירט אויף איציק מאַנגערס „מגילה־לידער‟Yiddish theater workshop based on Itsik Manger‘s “Megile Lider”
צווישן די גאַסט־אַרטיסטן אינעם קורס: מײַק בורסטין, אַבֿי האָפֿמאַן און יעלענע שמואלענסאָן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דינסטיק, דעם 6טן אַפּריל וועט זיך אָנהייבן אַן אייגנאַרטיקער ייִדישער טעאַטער־וואַרשטאַט, באַזירט אויף איציק מאַנגערס „מגילה־לידער‟.
אינעם קורס, וואָס וועט קאָמבינירן עלעמענטן פֿון אַ לייענקרײַז מיטן געפֿיל פֿון אַ שמועסקרײַז, וועלן זיך באַטייליקן די באַקאַנטע אַרטיסטן מײַק בורשטין, יעלענע שמואלענסאָן, אַבֿי האָפֿמאַן, עלענאָר ריסאַ און אורי שרעטער.
סטודענטן אין דעם וואַרשטאַט וועלן האָבן די ברירה פֿון אָנשליסן זיך אין דער גאַנצער פּראָגראַם פֿון אַכט סעסיעס, יעדן דינסטיק און דאָנערשטיק, פֿונעם 6טן ביזן 29סטן אַפּריל, אָדער בלויז אויף באַזונדערע קלאַסן.
דער פּרײַז פֿון דער גאַנצער פּראָגראַם איז $150, און פֿון יעדן קלאַס באַזונדער: $18.
כּדי זיך צו רעגיסטרירט, גיט אַ קוועטש דאָ.
מיטן וואַרשטאַט, וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער “צפֿון־אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע קונסטן און אַקאַדעמיקער”, וועט אָנפֿירן ד״ר סאַשאַ האָפֿמאַן, וואָס האָט אַ דאָקטאָראַט אין פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור פֿונעם מישיגענער אוניווערסיטעט, און אַ לערער פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, מיטן טראָפּ אויף ליטעראַטור געשריבן פֿון פֿרויען און לינק־געשטימטע שרײַבער.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
