לזכר די זעקס מיליאָן: הערט דעם ”פּאַרטיזאַנער־הימען“In memory of the six million: Hear the Partisan Hymn
דער ”ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר“ זינגט דאָס באַקאַנטע ליד וואָס דער יונגער פּאָעט הירש גליק האָט אָנגעשריבן אין ווילנער געטאָ.

Image by Getty Images
הײַנט איז יום־השואה, דער טאָג פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, לויטן ייִדישן לוח. לזכר די זעקס מיליאָן שטעלן מיר דעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָרס“ נוסח פֿונעם „פּאַרטיזאַנער הימען“, וואָס הירש גליק, דעמאָלט אַ בחור אין די צוואָנציקער, האָט אָנגעשריבן אין ווילנער געטאָ, באַלד נאָך דעם, וואָס ער האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. דאָס ליד האָט אין גיכן זיך צעשפּרייט איבער די געטאָס און לאַגערן פֿון מיזרח־אייראָפּע.
די נײַע אַראַנזשירונג פֿונעם ליד, געשאַפֿן פֿונעם דיריגענט , בנימין שעכטער, איז רעקאָרדירט געוואָרן בעת אַ קאָנצערט אין 2018.
כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן הירש גליק און דעם „פּאַרטיזאַנער־הימען“, ווי אויך צו זען אַן אינטערוויו מיט אַ געוועזענער פּאַרטיזאַנערין וואָס האָט אים געקענט, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
