Skip To Content
Get Our Newsletter
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.

Support the Forward

Funded by readers like you DonateSubscribe

יעיל מאַכט ייִדיש אָפֿיציעלYale makes Yiddish official

צום ערשטן מאָל וועלן ייִדיש־קורסן בײַם וועלט באַרימטן אוניווערסיטעט קענען נאָכקומען די שפּראַך־פֿאָדערונג.

יעיל־אוניווערסיטעט וועט דעם קומעדיקן האַרבסט, צום ערשטן מאָל, אײַנפֿירן ייִדישקורסן פֿאַר אָנהייבערס וואָס וועלן קענען נאָכקומען די שפּראַך־פֿאָדערונג פֿונעם אוניווערסיטעט.

ביז אַהער האָט מען בלויז געקענט זיך פֿאַרשרײַבן אינעם ייִדיש־קלאַס ווי אַ מעג־לימוד ווײַל מע האָט באַטאָנט בלויז דאָס לייענען און איבערזעצן ייִדישע טעקסטן לשם פֿאָרשונג, אַנשטאָט צו לערנען דאָס גערעדטע לשון. די נײַע אָנהייבער־קורסן, וואָס וועלן זיך אָנהייבן אין סעפּטעמבער 2021, וועלן מסתּמא מיט דער צײַט דערפֿירן צו קורסן אויף העכערע מדרגות, וווּ מע וועט זיך ווײַטער לערנען רעדן און שרײַבן אויף ייִדיש, נישט בלויז באַקומען אַ פּאַסיווע קענטעניש פֿון דער שפּראַך.

במשך פֿון די לעצטע יאָרן איז שטאַרק געוואַקסן דער אינטערעס בײַ יונגע ייִדן זיך צו לערנען ייִדיש. פּונקט די וואָך האָט די באַקאַנטע לערן־אַפּליקאַציע „דואָלינגאָ” צוגעגעבן ייִדיש צו דער רשימה שפּראַכן וואָס זי לערנט, און פֿאַר אַ יאָרן האָט דער ייִדישער ביכער־צענטער אַרויסגעגעבן דאָס נײַע מאָדערנע לערנבוך, „אין איינעם‟, וואָס נעמט אַרײַן אַ סך מולטימעדיע־פֿונקציעס.

„ס׳רובֿ אַנדערע אוניווערסיטעטן אויף אונדזער ניוואָ לערנען ייִדיש און איך האָב לאַנג געקלערט, אַז ס’איז שוין געקומען די צײַט, אַז יעיל זאָל טאָן דאָס זעלבע‟ — האָט פּראָפֿ’ מאָריס סעמיועלס, דער פֿאָרזיצער פֿון דער יעיל־פּראָגראַם אין יודאַיִסטיק, געשריבן אין אַן עפֿנטלעכן בריוו צו דער לאָקאַלער סטודענדישער צײַטונג, „יעיל דיילי ניוס‟. „יעיל איז אַ צענטער פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישער געשיכטע און פֿון דער חורבן־געשיכטע, און ייִדיש איז גאָר וויכטיק פֿאַר ביידע געביטן‟.

לויטן באַריכט, וועט דער נײַער קורס זיך קאָנצענטרירן אויף דער גערעדטער שפּראַך און אויך אַרײַננעמען פֿאַרשיידענע לייען־מאַטעריאַלן ווי, למשל, ליבעלידער, פּאָעזיע, פֿאָלקס־מעשׂיות און אַפֿילו „טוויטער‟־אָנזאָגן.

Dive In

    Engage

    • SHARE YOUR FEEDBACK

    • UPCOMING EVENT

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free under an Attribution-Non Commercial-No Derivatives Creative Commons license as long as you follow our republishing guidelines, which require that you credit Foward and retain our pixel. See our full guidelines for more information.

    To republish, copy the HTML, which includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline, and credit to Foward. Have questions? Please email us at help@forward.com.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.