Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צוויי וואָכן לאַנג וועט מען קענען זען די נײַע ייִדישע פֿילמען אָנלײַןFor two weeks, these Yiddish films will be available online

צווישן די טעמעס בײַם מיִאַמער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל: אַבֿרהם סוצקעווער און קינדערכאָרן וואָס זינגען קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס לידער.

די וואָך הייבט זיך אָן דער מיִאַמער ייִדישער קינאָ־פֿעסטיוואַל אָנלײַן, וואָס וועט דערמעגלעכן דעם ברייטן עולם צו זען אַרום 90 פֿילמען פֿון מיטוואָך, דעם 14טן אַפּריל, ביז דאָנערשטיק, דעם 29סטן אַפּריל. נײַן פֿון זיי זענען צום טייל אָדער אין גאַנצן אויף ייִדיש, אָדער זענען וועגן דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור.

כּדי צו זען די פֿילמען, גיט אַ קוועטש דאָ.

אָט איז אַ קורצע באַשרײַבונג פֿון יענע נײַן פֿילמען:

„?ווער וועט בלײַבן“

„?ווער וועט בלײַבן“ שילדערט ווי די אַקטריסע, חדס קלדרון, פֿאָרט קיין ווילנע כּדי צו זען די ערטער וווּ איר זיידע, דער פּאָעט, אַבֿרהם סוצקעווער, האָט געוווינט און געשאַפֿן. די פֿילם־ווײַזונג איז די אָפֿיציעלע וועלט־פּרעמיערע פֿונעם פֿילם.

רעזשיסאָרינס: קריסטאַ וויטני און עמילי פֿעלדער.

„די יונגע קאַדיעס“

ווי אַ טייל פֿון „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר“ האָט אַלען בערן, דעם פֿעסטיוואַלס דירעקטאָר, אין 2017 געבראַכט צום פֿעסטיוואַל דעם ישׂראלדיקן קינדערכאָר, „קולות פֿון שלום“, וואָס באַשטייט פֿון סײַ ייִדישע, סײַ פּאַלעסטינער מיידלעך. דער כאָר איז אויפֿגעטראָטן אין ווײַמער צוזאַמען מיטן אָרטיקן כאָר, „סקאָלע קאַנטאָרום“, זינגענדיק אַ קראַנץ לידער פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי.

אינעם דאָקומענטאַר זעט מען ווי אַזוי עס זענען געגאַנגען די רעפּעטיציעס; ווי די קינדער האָבן זיך באַמיט צו זינגען די לידער אויף ייִדיש, און אַפֿילו די פּאָליטישע און קולטורעלע שפּאַנונגען צווישן די מיידלעך. רעזשיסאָרן: יעוואָן אַנדראַ און איל דאַווידאָוויטש.

„דער שילדמאַליער“

די דאָזיקע דראַמע קומט פֿאָר אין אַ קליין שטעטל אין לעטלאַנד אין די ערשטע יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַנסיס, אַ לעטישער שילדמאַליער, פֿאַרליבט זיך אין זיסעלע, די טאָכטער פֿון אַ רײַכן ייִדישן סוחר.

אַ טייל פֿונעם פֿילמס דיאַלאָג איז אויף ייִדיש.

רעזשיסאָר: וויִעסטורס קײַריס.

„יציאת־נשמה“

אין 2013 און 2014 זענען פֿינף קלעזמער־מוזיקער — באָב כּהן, מיישקע אַלפּערט, פּסאָי קאָראָלענקאָ, דניאל קאַהן און דזשייק שולמאַן־מענט, אויפֿגעטראָטן מיט קאָנצערטן ווי די „סופּער־גרופּע“, „די ברידער נאַזאַראָף“, שפּילנדיק לידער פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן זינגער „פּרינץ נאַזאַראָף“.

צו דער זעלביקער צײַט האָט דער פֿילם־רעזשיסאָר, טשאַבאַ בערעצקי, זיי פֿילמירט אויף אַ טור איבער אַמעריקע, קאַנאַדע, דײַטשלאַנד, פּוילן, אונגערן, רומעניע און מאָלדאָווע. דעם דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס איז אַרויס פֿאַראַיאָרן, שילדערט ווי אַזוי די מוזיקער באַטראַכטן זייער אידענטיטעט און זייער צוגאַנג צו אייראָפּע, אַמעריקע און ישׂראל.

„ייִדיש“

נורית אָבֿיבֿס דאָקומענטאַר־פֿילם, „ייִדיש“, מאָלט אַ בילד פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור דורך אינטערוויוען מיט זיבן יונגע מענטשן, וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט מאַמע־לשון ווי דערוואַקסענע.

אַ טייל פֿון די אינטערוויוען זענען אויף ייִדיש.

„שטעטלערס“

אין אוקראַיִנע וווינען נאָך אַלץ אַ צאָל ייִדן אין קליינע שטעטלעך. אינעם דאָזיקן דאָקומענטאַר־פֿילם שילדערט מען די אַמאָליקע שטעטלעך דורך די זכרונות פֿון די לעצטע ייִדן, וואָס זענען דאָרטן אויפֿגעוואַקסן פֿאַרן חורבן און שעפּן נאָך וואַסער פֿון די זעלביקע ברונעמער, וואָס זייערע אָבֿות.

אַ טייל פֿונעם דיאַלאָג איז אויף ייִדיש.

רעזשיסאָרין: קאַטיע אוסטינאָוואַ.

„עולם“

אינעם אַוואַנגאַרדישן דאָקומענטאַר־פֿילם, „עולם“, וואָס איז אין גאַנצן אויף ייִדיש, שילדערט מען די געשיכטע פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום דורך אויסצוגן פֿון אויטאָביאָגראַפֿישע שריפֿטן פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי אַבֿרהם סוצקעווער, ל. שאַפּיראָ, יצחק באַשעוויס־זינגער און יצחק רודאַשעווסקי. עס לייענען פֿאָר די טעקסטן לייבל ניבאָרסקי און רפֿאל גאָלדוואַסער.

רעזשיסאָר: אַרטור באָרגניס.

„איך בין דאָ“

עלאַ בלומענטאַל, אַ דרום־אַפֿריקאַנער ייִדישע טאָכטער וואָס האָט איבערגעלעבט אוישוויץ, פּראַוועט איר 98סטן געבוירן־טאָג מיט קרובֿים און פֿרײַנד. בײַ דער געלעגנהייט גיט זי איבער אירע זכרונות וועגן דעם וואָס זי האָט דורכגעמאַכט בשעתן חורבן, וואָס ווערן געשילדערט אינעם פֿילם דורך אַנימאַציעס.

אַ טייל פֿונעם דיאַלאָג איז אויף ייִדיש.

רעזשיסאָר: דזשאָרדי סאַנק

„קאַפֿע זעליג“

אין מינכן קומען זיך יעדע וואָך צונויף ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אין אַן אָרטיקן קאַפֿע, „זעליג“. אינעם דאָזיקן דאָקומענטאַר־פֿילם באַטראַכטן זיי וואָס עס מיינט הײַנט צו זײַן אַ ייִד אין דײַטשלאַנד און מע רעדט אַרום פֿאַר וואָס זיי האָבן זיך דאָרטן באַזעצט און פֿאַר וואָס זיי זענען געבליבן.

אַ טייל פֿונעם דיאַלאָג איז אויף ייִדיש.

רעזשיסאָרין: טאַניע קומינגס.

די ווײַזונג איז די צפֿון־אַמעריקאַנער פּרעמיערע פֿונעם פֿילם.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.