ליטעראַרישע פֿײַערונג לכּבֿוד איציק מאַנגערס 120סטן געבוירן־טאָגLiterary celebration to mark songwriter Itzik Manger’s 120th birthday
די לידער פֿונעם גרויסן פּאָעט וועלן געזונגען ווערן פֿון די אַקטיאָרן און זינגער מײַק בורשטיין, שיין בייקער, מענדי כּהנא און שורה ליפּאָווסקי.

Graphic by Angelie Zaslavsky
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
דעם 30סטן מײַ ווערט 120 יאָר זינט דער גרויסער ייִדישער פּאָעט איציק מאַנגער איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ.
כּדי אָפּצומערן דעם יום־טובֿ וועלן עטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע, ענגלאַנד און ישׂראל דורכפֿירן אַ ליטעראַרישע פֿײַערונג מיטן נאָמען, „איציק און די גאָלדענע פּאַווע“.
מע וועט זינגען מאַנגערס לידער און געבן צו פֿאַרשטיין מיט וואָס זיי שיידן זיך אונטער פֿון ס׳רובֿ ייִדישע זינגלידער. מע וועט אויך פֿאָרלייענען פֿון זײַנע ווערק און אַרומרעדן זײַן לעבן און פּאָעטישן דרך. עס וועלן אָנטייל נעמען דער אַקטיאָר, מײַק בורשטיין, וואָס איז באַקאַנט פֿאַרן שפּילן אין מאַנגערס „מגילה־לידער“; דער אַקטיאָר און דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס“, שיין בייקער; די ליטעראַטור־פֿאָרשערין חיהלע ביר; דער אַקטיאָר, זינגער און גרינדער פֿון „יונג־ייִדיש“, מענדי כּהנא; די זינגערין שורה ליפּאָווסקי; די זינגערין רות לעווין; די אָנפֿירערין פֿונעם קאַליפֿאָרניער ייִדישן אינסטיטוט, מירי קאָראַל; דער קאָמפּאָזיטאָר און דיריגענט פֿונעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר“, בנימין שעכטער און די פּאָעטעסע, רעדאַקטאָרין און לעקסיקאָגראַפֿין, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט.
די פּראָגראַם, וואָס ווערט אָרגאַנאַזירט דורך דער ייִדיש־ליגע, דעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, „יונג־ייִדיש“, „אָט אַזוי“ (לאָנדאָן) און דעם „קאַליפֿאָרניער ייִדישן אינסטיטוט“, הייבט זיך אָן צוויי אַ זייגער נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. מע וועט אים קענען זען בחינם דורך „זום“ און „פֿייסבוק“.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
