איציק מאַנגערס „מגילה־לידער“ מיט מײַק בורשטיין און ליִאַ קעניגThe “Megillah of Itzik Manger” with Mike Burstyn and Lea Koenig
בורשטיין וועט ווידער שפּילן פֿאָנפֿתא, די ראָלע וואָס ער האָט געשפּילט ווען זײַן משפּחהס טרופּע האָט פּאָפּולאַריזירט די פּיעסע.

Image by New York Public Library
נאָכן גרויסן דערפֿאָלג פֿון זײַן אָנלײַן־אינסצענירונג פֿון ש. אַנ־סקיס „דער דיבוק“, וואָס די דראַמע־קריטיקער בײַם „ניו־יאָרק־טײַמס“ האָבן געלויבט, וועט דער „ייִדישער קולטור־קאָנגרעס“ פֿאָרשטעלן אַ נײַעם נוסח פֿון איציק מאַנגערס
די „מגילה־לידער“, וואָס איז אַרויס אין 1936 אין וואַרשע ווי אַ בוך, איז אין ישׂראל פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פּאָפּולערן מיוזיקל דורכן קאָמפּאָזיטאָר דובֿ זעלצער און די אַקטיאָרן פּסח בורשטיין און ליליאַן לוקס, וואָס זענען אויפֿגעטראָטן מיט זייער זון, מײַק בורשטיין. „די מגילה“, וואָס האָט דעבוטירט אין 1965, איז געווען די פּאָפּולערסטע ייִדיש־שפּראַכיקע שפּיל אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע און די משפּחה בורשטיין איז אַרומגעפֿאָרן מיט איר איבער גאָר דער וועלט, אַזש קיין בראָדוויי.

מײַק בורשטיין מיט זײַנע עלטערן פּסח בורשטיין און ליליאַן לוקס, 1968 Image by New York Public Library
אין דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג, וואָס וועט זײַן אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, וועט בורשטיין ווידער שפּילן די ראָלע פֿונעם שנײַדער־מײַנסטער פֿאָנפֿתא, ווי אויך דעם מלך אַחשורוש, וואָס עס האָט אין 1965 געשפּילט זײַן פֿאָטער פּסח בורשטיין. ער וועט אויך רעזשיסירן די נײַע אינסצענירונג.
דניאל קאַהן וועט שפּילן דעם שנײַדער־יונג פֿסטריגתא.
צוזאַמען מיט מײַק בורשטיין וועלן אויפֿטרעטן אַ צאָל שטערן פֿון דער ייִדישער בינע פֿון אַמעריקע, ישׂראל, קאַנאַדע און דײַטשלאַנד, צווישן זיי — די לעגענדאַרע אַקטריסע ליִאַ קעניג, דער אַקטיאָר און דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס“, שיין בייקער, די קאָמיקער לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלמאַן פֿון „ייִדלײַף־קריזיס“, דער אַקטיאָר און רעזשיסאָר, אַבֿי האָפֿמאַן, דער זינגער און אַקטיאָר דניאל קאַהן, די אַקטריסע און דראַמאַטורגין עלינאָר ריסאַ און די טעאַטער־ און פֿילם־אַקטיאָרן אַלען לויִס ריקמאַן און יעלענע שמואלענסאָן.
די פּראָגראַם, וואָס ווערט אײַנגעאָרדנט בשותּפֿות מיט דער „ייִדיש־ליגע“, דעם טאָראָנטער „אַרבעטער־רינג“ און מײַק בורשטיינס פֿירמע Mariella Productions, וועט מען טראַנסמיטירן זונטיק, דעם 21סטן פֿעברואַר, 2:30 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, אויפֿן יוטוב קאַנאַל פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס“.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
