Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ געוועזענער חב׳׳דניק, סאָציאָלאָג און מחבר פֿון אַ נאָוואַטאָרישער שטודיע וועגן אָפּגעפֿאָרענע חסידיםMeet the sociologist who left his Chabad community and wrote a pathbreaking study of ex-Hasidim

שניאור־זלמן נויפֿעלדס „מדרגות פֿון דערווײַטערונג“ שילדערט די אופֿנים ווי חסידים פּרוּוון פֿאַרהיטן, אַז ייִדן זאָלן נישט פֿאַרלאָזן זייערע קהילות.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

ווען שניאור־זלמן נויפֿעלד האָט זיך געלערנט אין חב׳׳ד־ישיבֿות, האָבן אַלע אים געהאַלטן פֿאַר אַ פֿרומען בחור, אויף וועמען מע וואָלט ניט געהאַט קיין חשד, אַז ער קערט זיך אָן מיט „פֿרעמדע השפּעות“. שטילערהייט האָט ער אָבער געזאַמלט בײַ זיך אַ ביבליאָטעק פֿון „טרייפֿענע“ ביכער — מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור, וויסנשאַפֿטלעכע טעקסטן און אַפֿילו רוסישע ראָמאַנען, וועלכע ער האָט געלייענט בסוד, מע זאָל אים פֿון דער ישיבֿה ניט אַרויסוואַרפֿן.

כאָטש יענער פּרט פֿון זײַן לעבן קלינגט אפֿשר ווי עפּעס וואָס מע וואָלט גיכער געלייענט אין אַ ביכל זכרונות פֿון אַן אַמאָליקן משׂכּיל, געהערט שניאור־זלמן ניופֿעלד ניט צו קיין פֿאַרגאַנגענעם דור. אַ געבוירענער אין 1982 אין ברוקלין, איז ער הײַנט אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר בײַם „מאַנהעטענער פֿאָלקסקאַלעדזש“ וואָס פֿאָרשט די סאָציאָלאָגיע פֿון רעליגיעזע קהילות.

פֿאַראַיאָרן האָט ער אַרויסגעגעבן אַ מאָנאָגראַפֿיע וועגן ייִדן, וואָס זענען — אַזוי ווי ער — אַוועק פֿון דער חסידישער וועלט. זײַן בוך, Degrees of Separation: Identity Formation While Leaving Ultra-Orthodox Judaism („מדרגות פֿון דערווײַטערונג: ווי אַזוי מע שאַפֿט אַן אידענטיטעט בײַם פֿאַרלאָזן די חרדישע וועלט“), איז די ערשטע פֿאָרשאַרבעט אַזאַ פֿון איינעם, וואָס איז אַליין דערצויגן געוואָרן בײַ אַ חסידישער משפּחה.

אַזוי ווי אַ סך ליובאַוויטשער, זענען ניופֿעלדס עלטערן בעלי־תּשובֿה. זײַן פֿאָטער, שלמה, איז אַ הויטדאָקטער וואָס האָט זיך געלערנט אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און באַקומען זײַן מעדיצינישן דיפּלאָם פֿון האַרוואַרד. זײַן מאַמע, באַשע, האָט פֿאַרענדיקט קווינס־קאַלעדזש. ניט געקוקט אויף דער שטאַרקער וועלטלעכער דערציִונג וואָס זיי האָבן אַליין באַקומען, האָבן זיי געשיקט שניאור־זלמן אין מוסדות־התּורה, וווּ מע האָט בכלל ניט געלערנט קיין לימודי־חול. כאָטש אין דער היים האָט ער גערעדט ענגליש, האָט ער בלויז געקענט לייענען ייִדיש און לשון־קודש.

ווען ער איז געווען פֿערצן יאָר אַלט, האָט זײַן טאַטע אים געבראַכט אין פּאָסטאַמט צו קריגן אַ פּאַספּאָרט. זײַן טאַטע האָט פֿאַר אים אויסגעשטעלט דעם פֿאָרמולאַר, אָבער די באַאַמטע האָבן ניט דערלאָזט, אַז ער זאָל פֿאַר זײַן זון חתמענען דעם דאָקומענט. אַז שניאור־זלמן האָט ניט געוווּסט ווי צו שרײַבן זײַן אייגענעם נאָמען אויף ענגליש, האָט זײַן פֿאָטער אים געוויזן און אים געהייסן עטלעכע מאָל פּראַקטיצירן ביז ער האָט עס אַליין געקענט טאָן. ערשט דעמאָלט האָט ניופֿעלד זיך געכאַפּט, ווי באַגרענצט ער איז צוליב דעם, וואָס ער קען ניט לייענען און שרײַבן אויף ענגליש.

זײַן פֿעטער, דזשעף דזשאַנוס, פֿאַר וועמען ער האָט מיט יאָרן שפּעטער געווידמעט זײַן בוך, „מדרגות פֿון דערווײַטערונג“, האָט מיט אים געקנעלט דעם אַלפֿאַבעט און אים געהאָלפֿן דעשיפֿרירן פּשוטע זאַצן. לכתּחילה האָט ניופֿעלד געלייענט דערציילונגען פֿאַר קליינע קינדער. שפּעטער האָט ער שוין געשלונגען מער סאָפֿיסטיצירטע טעקסטן, אַרײַנגערעכנט „גוייִשע ביכער“ אַזוי ווי מעשׂיות פֿון שלום־עליכם, יצחק באַשעוויס־זינגער און געשיכטעס פֿונעם חורבן און דעם אופֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, האָט ניופֿעלד מיר געזאָגט.

„אַז איך האָב אָנגעהויבן לייענען וועלטלעכע ליטעראַטור און געשיכטע, האָב איך באַקומען אַלץ מער חשק זיך צו דערוויסן וועגן דער דרויסנדיקער וועלט און וועגן די, וואָס טראַכטן אַנדערש פֿון מיר“, האָט ער דערקלערט.

איידער ער איז געוואָרן 23 יאָר אַלט, האָט ער שוין געהאַט געזען מער פֿון דער וועלט ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער. אַחוץ ישיבֿות אין מיאַמי, שיקאַגע, מאָריסטאַון (ניו־דזשערזי) און קראַון־הײַטס, האָט ער זיך אויך געלערנט אין בוענאָס־אײַרעס, באַזוכט מאָסקווע, ביידזשינג, רוסלאַנד, פּאַראַגווײַ, אויסטראַליע און וויעטנאַם און פֿאַרבראַכט אַ זומער אין סינגאַפּאָר, וווּ ער האָט געדינט ווי אַ שליח.

„איך בין אָבער אין אַלע ערטער אין גאַנצן פֿאַרבליבן אינעם ׳ליובאַוויטשער וועלטעלע׳“, האָט ער געזאָגט.

אַזוי ווי כּמעט אַלע 74 געוועזענע חסידים וועמען ניופֿעלד האָט אינטערוויויִרט פֿאַר זײַן בוך, איז ניט געווען קיין איין געשעעניש אָדער סיבה וואָס האָט דערפֿירט צו זײַן באַשלוס צו פֿאַרלאָזן די פֿרומע וועלט. די געדאַנקען וואָס ער האָט אײַנגעזאַפּט בײַם לייענען ביכער האָבן זיכער משפּיע געווען אויף אים. די פּטירה פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן, וועמען אַ סך ליובאַוויטשער האָבן געמיינט וועט זיך אָט אָט אַנטפּלעקן ווי דער מלך־המשיח, האָט אויך געווירקט אויף אים.

אין סינגאַפּאָר האָט ער זיך באַפֿרײַנדעט מיט דער ראַבינערטע רחל סאַפֿמאַן, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון סאָציאָלאָגיע וואָס האָט בײַ אים דערוועקט אַ שטאַרקן אינטערעס צו דער סאָציאַלער וויסנשאַפֿט. נאָך דעם וואָס ער האָט צו 21 יאָר באַקומען זײַן GED (אַ גלײַכווערט־מיטלשול־דיפּלאָם), האָט ער זיך געלערנט אין ברוקלין־קאַלעדזש און באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. לייענענדיק סאָציאָלאָגישע פֿאָרשונגען איבער די וואָס פֿאַרלאָזן רעליגיעזע קהילות, שרײַבט ניופֿעלד אין זײַן הקדמה צו „מדרגות פֿון דערווײַטערונג“, „האָט מיך גלײַך פֿאַרכאַפּט און האָט סוף־כּל־סוף דערפֿירט צום דאָזיקן בוך“.

אין „מדרגות פֿון דערווײַטערונג“, וואָס פֿאַרגלײַכט די איבערלעבונגען פֿון די וואָס פֿאַרלאָזן די ליובאַוויטשער און סאַטמאַרער קרײַזן, טענהט ניופֿעלד אַז כאָטש מע קען פֿיזיש איבערלאָזן די חסידישע וועלט, קען מען גײַסטיש זיך קיינמאָל ניט אין גאַנצן אָפּזונדערן דערפֿון. די ווערטן, מידות, גלויבנס און אַנדערע טיילן פֿונעם פֿרומען לעבן־שטייגער ווירקן נאָך אויף יעדן פּרט פֿונעם לעבן, צי עס גייט די רייד וועגן טאָג־טעגלעכע זאַכן ווי דער אופֿן ווי אַזוי מע בינדט צו די שוכבענדלעך, צי וועגן גרעסערע ענינים, ווי, למשל, ווי מע טײַטשט אויס די מענטשלעכע באַציִונגען. ניופֿעלד שרײַבט, אַז אין לעצטן סך־הכּל בלײַבן די געוועזענע חסידים „ניט אַהין און ניט אַהער“ אַפֿילו יאָרן נאָך דעם וואָס זיי זענען אַוועק פֿון דער חסידישער וועלט.

Image by Temple University Press

דער פֿאַקט וואָס ניופֿעלד שטאַמט פֿון דער זעלביקער קהילה וואָס ער פֿאָרשט שטעלט מיט זיך פֿאָר סײַ מעלות, סײַ חסרונות. זײַן אַרבעט וואָלט ער בכלל ניט געקענט דורכפֿירן ווען ער וואָלט ניט פֿאַרשטאַנען ייִדיש און ווען ער וואָלט ניט געקענט די אַלע פּרטי־פּרטים פֿונעם חסידישן לעבן־שטייגער. פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, האָט ער תּמיד געדאַרפֿט זיך היטן, טאָמער זײַנע אייגענע איבערלעבונגען זאָלן ניט ווירקן אויף די פֿראַגעס וואָס ער פֿרעגט די אינפֿאָרמאַנטן אָדער אויפֿן אופֿן ווי אַזוי ער באַטראַכט זייערע ענטפֿערס. אין געוויסע פֿאַלן, האָט דאָס וואָס ער איז געווען פֿאַר די געוועזענע ליובאַוויטשער אַן „אייגענער“ אויך געמיינט, אַז מע האָט זיך געקווענקלט בײַם אויסזאָגן סענסיטיווע דעטאַלן, אַזוי ווי צי מע איז סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן.

איין מערקווערדיקער אַספּעקט פֿון ניופֿעלדס פֿאָרשונג איז זײַן שילדערונג פֿון די פֿאַרשידענע אופֿנים ווי אַזוי די סאַטמאַרער און ליובאַוויטשער פּרובירן צו פֿאַרהיטן, אַז ייִדן זאָלן ניט פֿאַרלאָזן זייערע קהילות. להיפּוך צו די סאַטמאַרער, וואָס פּרובירן צו בלײַבן וואָס מער אָפּגעזונדערט פֿון דרויסנדיקע, האָבן ס׳רובֿ חב׳׳דניקעס באַציִונגען מיט אַלע מינים ייִדן צוליב זייער קהילהס קירובֿ־טעטיקייטן. דאָס הייסט אָבער ניט אַז די ליובאַוויטשער נעמען גרינג אָן, ווען עמעצער וויל „אַראָפּגיין פֿון דרך“, האָט ניופֿעלד דערקלערט.

איין אינפֿאָרמאַנטקע, דינה, די טאָכטער פֿון חב׳׳ד־שלוחים, האָט אים געזאָגט, אַז כאָטש אירע עלטערן נעמען אָן אַלע מינים ייִדן, צי זיי זענען פֿרום צי ניט, האָבן זיי בשום־אין־אופֿן ניט געקענט אָננעמען איר באַשלוס אַליין צו ווערן אַ פֿרײַע. די סתּירה קומט פֿון דעם, וואָס די ניט־חסידישע ייִדן וואָס באַזוכן קראַון־הײַטס צי חב׳׳ד־הײַזער ווערן באַטראַכט ווי „תּינוק שנשבה“ אָדער „קינדער וואָס זענען דערצויגן געוואָרן בײַ גוייִם“, מע באַשולדיקט זיי ניט, ווײַל זיי „ווייסן פּשוט ניט ווי מע דאַרף זיך פֿירן“.

„אַז אַן ׳אייגענע׳, אַן ׳אונדזערע׳ וויל אַוועק, איז דאָס בײַ זיי טאַקע אַ פּראָבלעם“, האָט ניופֿעלד געזאָגט. „ווי קען זײַן, אַז מענטשן וואָס קענען שוין די שיינקייט, די וואַרעמקייט פֿונעם חסידישן לעבן־שטייגער זאָלן באַשליסן אַז זיי ווילן ניט פֿירן אַ פֿרום לעבן? ס׳איז אַן עקסיסטענציעלע סכּנה. מע דאַרף זיך געבן אַן עצה מיט אַזעלכע מענטשן און זיי איזאָלירן. טאָמער ניט, קענען זיי מטמא זײַן די גאַנצע קהילה“.

ווי שווער עס זאָל ניט זײַן דער אָפּרוף פֿון די ליובאַוויטשער אויף ׳אייגענע׳ וואָס ווילן מער ניט זײַן פֿרום, איז עס אָבער פֿאָרט אַ לײַכטערער ווי בײַ די סאַטמאַרער.

„ס׳איז בכלל אומגעהערט, אַז אַ ליובאַוויטשער ישיבֿה זאָל אַרויסוואַרפֿן אַ קינד, ווײַל זײַנע עלטערן האָבן ספֿקות אָדער ווײַזן סימנים, אַז זיי ווערן ווייניקער פֿרום“, האָט ער געזאָגט.

בײַ די סאַטמאַרער, אָבער, אַז אַ פֿרוי הייבט אָן טראָגן קליידער וואָס מע האַלט פֿאַר ווייניקער צניעותדיק, אָדער אַ מאַן הייבט אָן צו ביסלעך ראַזירן די באָרד, וועט מען זיי סטראַשען, אַז טאָמער זיי הערן ניט אויף, וועט מען אַרויסוואַרפֿן די קינדער פֿון די מוסדות.

„די ישיבֿות און חדרים מאַכן יד־אַחת דערמיט“, האָט ניופֿעלד געזאָגט. „אַז מע וועט אַרויסוואַרפֿן די קינדער פֿון איין ישיבֿה, פֿאַרשטייט מען, אַז אַלע דערבײַיִקע וועלן זיי אויך ניט אָננעמען. אויב די עלטערן ווילן אַז די קינדער זאָלן זיך ווײַטער לערנען דאָרט, וועלן זיי זיך דאַרפֿן אַריבערציִען אויף אַ נײַעם אָרט. בקיצור, ס׳איז אַן אופֿן פֿון סטראַשען אַ משפּחה מיטן אַרויסגעוואָרפֿן ווערן, אָן דעם, אַז מע זאָל דאָס בפֿירוש זאָגן“.

ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַ געגט פּאָרפֿאָלק, שאַפֿן אָפֿט די סאַטמאַרער הונדערטער טויזנטער דאָלאַרן, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז דער אָפּגעפֿאָרענער זאָל ניט באַקומען דאָס רעכט צו האָבן אויפֿזיכט אויף די קינדער.

מיסעס גראָסבאַום, די מאַמע פֿון איינעם פֿון זײַנע אינפֿאָרמאַנטן, האָט געזאָגט ניופֿעלדן, אַז די סאַטמאַרער וועלט איז ניט גענוג „דעמאָקראַטיש“ אָנצונעמען אַ מאַמעס באַשלוס צו פֿאַרלאָזן די קהילה און ברענגען מיט זיך אירע קינדער. טאָמער אַזאַ פֿאַל ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ געריכט־פּראָצעס, האָט זי דערקלערט, וועט אַ וועלטלעכער ריכטער ניט אָננעמען, אַז דער טאַטע און זײַן קהילה קעמפֿן פֿאַרן עתיד פֿונעם קינד. אַנשטאָט דעם, גיט צו מיסעס גראָסבאַום, איז די בעסטע ברירה פֿאַר דער קהילה — עמעצער זאָל עדות זאָגן, אַז די מאַמע איז אַ צעדרייטע און אַז די קינדער טאָרן דערפֿאַר ניט וווינען מיט איר.

בײַ אַ סך סאַטמאַרער חסידים, איז דאָס דווקא ניט קיין ענין פֿון עובֿר־שבֿועה זײַן: דאָס „אַראָפּגיין פֿון דרך“ איז פֿאַר זיי אַ בולטער סימן, אַז מע איז טאַקע גײַסטיק קראַנק. און טאָמער דער וואָס פֿאַרלאָזט די חסידישע קרײַזן ווערט באַטראַכט ווי עמעצער וואָס איז בײַ די קלאָרע געדאַנקען, איז מען זיך אָפֿט משער, אַז ער קומט פֿון אַ צעבראָכענער היים אָדער אַז מע האָט אים געהאַט סעקסועל באַעוולט. כאָטש פֿינף פֿון ניופֿעלדס אינפֿאָרמאַנטן האָבן איבערגעגעבן, אַז מע האָט זיי סעקסועל באַלעסטיקט, האָבן ס׳רובֿ פֿון זיי אויך דערקלערט, אַז דאָס איז ניט געווען די הויפּט־סיבה, פֿאַר וואָס זיי זענען אַוועק.

ניט געקוקט אויף אַזעלכע שווערע שריט, גיט ניופֿעלד איבער, אַז די גרויסע מערהײט פֿון די 74 געוועזענע חסידים וועמען ער האָט אינטערוויויִרט פֿאַר זײַן שטודיע האַלטן זיך יאָ אין פֿאַרבינדונג מיט זייערע קרובֿים.

„ס׳איז דאָ אַ פֿאַרשפּרייטע פֿאַלשע השׂגה, אַז די חסידים לייגן אין חרם די וואָס גייען אַוועק אָדער קערן זיך אָפּ פֿון זיי און רײַסן איבער אַלע פֿאַרבינדונגען,“ האָט ניופֿעלד געזאָגט. „ניט אַזוי איז עס. ס׳רובֿ משפּחות האַלטן אָן באַציִונגען מיט זייערע קרובֿים“.

ניופֿעלד אַליין איז פֿאַרבליבן נאָענט מיט זײַנע עלטערן און זײַנע שוועסטער און ברידער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version