ווידעאָ: לכּבֿוד 120 יאָר איציק מאַנגער — הערט זײַן רירנדיק ליד, „אונטער די חורבֿות פֿון פּוילן“WATCH: In honor of Itzik Manger’s 120th birthday – hear his powerful song, “Under the ruins of Poland”
דאָס ליד ווערט דאָ אויסגעפֿירט דורכן ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן כאָר.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם 30סטן מײַ ווערט 120 יאָר זינט דער גרויסער פּאָעט איציק מאַנגער איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ. כאָטש ס׳רובֿ פֿון זײַנע טעקסטן וואָס זענען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין זינגלידער זענען פֿריילעכע (ווי, למשל, די „מגילה־לידער“) אָדער נאָסטאַלגישע („אויפֿן וועג שטייט אַ בוים“), האָט ער אויך אָנגעשריבן אַ צאָל טרויעריקע לידער. אפֿשר דאָס שענסטע פֿון זיי איז „אונטער די חורבֿות פֿון פּוילן‟, וואָס דער קאָמפּאָזיטאָר שאול בערעזאָווסקי האָט געשאַפֿן מוזיק דערצו.
לעצטנס האָט דער ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער כאָר אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ, אין וועלכן ער זינגט דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט אין 2015. די כאָר־אַראַנזשירונג האָט געשאַפֿן מאַרק צוקערמאַן. בנימין שעכטער דיריגירט דעם כאָר. מע קען זען דעם ווידעאָ אָדער מיט ייִדישע אונטערקעפּלעך, אָדער מיט ענגלישע, צוזאַמען מיט די ייִדישע ווערטער אויף טראַנסליטעראַציע.
ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן ווי דניאל קאַהן און ניני דזשייקאָבס זינגען דאָס ליד. זייער נוסח איז אַרויס אויף קאַהנס אַלבאָם, „דאָס צעבראָכענע לשון“, אין 2006.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
