דעם 2טן סעפּטעמבער: דער באָרשטבעלט איז געווען מער ווי אַ חבֿרה ייִדישע קאָמיקערSeptember 2: The Borscht Belt – much more than a bunch of comedians
אין דער זום־דיסקוסיע וועט מען באַשרײַבן די זומער־קולטור און לעבן־שטייגער פֿון אַ סך אַמאָליקע ייִדישע אימיגראַנטן און זייערע משפּחות.

Courtesy of Library of Congress
געוויינטלעך ווען מע דערמאָנט הײַנט דעם באָרשטבעלט — דאָס פּאָפּולערע וואַקאַציע־אָרט אין די ניו־יאָרקער קאַטסקיל־בערג במשך פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט — מיינט מען דאָס געבוירן־אָרט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמעדיע, און די קאָמיקער וואָס זענען באַווירקט געוואָרן דערפֿון ווי, למשל, דזשעקי מייסאָן וואָס איז אַוועק פֿון דער וועלט מיט אַ חודש צוריק.
אין דער אמתן האָט דער באָרשטבעלט אָבער באַטײַט אַ גאַנצע זומערדיקע קולטור און לעבן־שטייגער, פֿאַרקערפּערט פֿון אַמאָליקע אימיגראַנטן און זייערע משפּחות, און בפֿרט די ייִדישע.
דעם 2סטן סעפּטעמבער, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט (11:00 אין דער פֿרי אויפֿן מערבֿ־ברעג), וועט שׂרה־רחל שעכטער, די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿונעם פֿאָרווערטס, פֿירן אַ פּאַנעל־דיסקוסיע וועגן דער אייגנאַרטיקער געשיכטע פֿונעם באָרשטבעלט מיט אַ ריי עקספּערטן אויף דער טעמע: פֿיל בראַון, דער פּרעזידענט פֿונעם קאַטסקילס־אינסטיטוט און סאָציאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אין נאָרט־איסטערן אוניווערסיטעט; עדי פּאָרטנוי — דער אַקאַדעמישער בעל־יועץ פֿונעם ייִוואָ און אַהרן בענדיטש, וואָס פֿירט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם אין די קאַטסקילס, „באָרשט ביט‟. דער שמועס וועט זײַן אויף ענגליש. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דער זום־דיסקוסיע, גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
