צווישן די ייִדיש־קורסן אָנלײַן בײַם אַרבעטער־רינג — אַ קלאַס פֿאַר קינדער אויךWorkers Circle’s online Yiddish classes include one for kids, too
„קינדערקלוב ייִדיש‟ איז אַן אינטעראַקטיווער ייִדיש־קלאַס פֿאַר קינדער צווישן 8 און 12 יאָר אַלט

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין דער רשימה הײַיאָריקע ייִדיש־קורסן בײַם אַרבעטער רינג געפֿינט זיך אויך אַ ייִדיש־קלאַס פֿאַר קינדער צווישן 8 און 12 יאָר אַלט.
דער קורס, וואָס הייסט „קינדערקלוב ייִדיש‟, איז אַ 10־וואָכיקע פּראָגראַם וואָס ניצט אינטעראַקטיווע אָנלײַן־מכשירים ווי „גוגל סלײַדס‟, „פֿליפּגריד‟ און „נירפּאָד‟ צו לערנען די קינדער ייִדיש דורך מוזיק, פֿיזישע באַוועגונגען און קונסט־פּראָיעקטן. כּדי צו פֿאַרשרײַבן אײַערע קינדער אָדער אייניקלעך, גיט אַ קוועטשט דאָ.
פֿאַר דערוואַקסענע איז, ווי געוויינטלעך, דאָ אַ גרויסער אויסקלײַב פֿון ייִדיש־קורסן אויף פֿאַרשידענע ניוואָען ווי, למשל, אַ טייל אָנהייבער־קלאַסן וווּ מע לערנט זיך דעם אַלף־בית און אַנדערע וווּ מע קען פֿאַרבעסערן די שמועס־פֿעיִקייטן; מיטעלע קלאַסן אויף פֿאַרשידענע מדרגות; און קורסן פֿאַר ווײַטהאַלטער, געפֿירט אויף ייִדיש, לויט פֿאַרשידענע טעמעס: וועגן דעם זשורנאַל, „סאָוועטיש היימלאַנד‟; וועגן די הײַנטיקע חסידישע פּובליקאַציעס; וועגן דער אַמאָליקער לינקער צײַטונג, „פֿרײַהייט‟; וועגן די שרײַבער, י. י. טרונק („דער שרײַבער וואָס די קריטיקער האָבן פּשוט נישט פֿאַרשטאַנען‟) און יוסף אָפּאַטאָשו, וועגן ייִדישע פּאָעטעסעס; וועגן שלום־עליכמס העלד, מנחם־מענדל, און נאָך.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף אַ קורס בײַם אַרבעטער רינג, גיט אַ קוועטש דאָ
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
