אינטענסיווער ייִדיש־קלאַס אָנלײַן פֿאַר אָנהייבער וועט ניצן נײַ, פּרעמירט לערנבוךIntensive beginners’ Yiddish class will use new prizewinning textbook
דאָס בוך האָט הײַיאָר געוווּנען אַ פּרעמיע פֿון אַ לערנבוך־פֿאַרבאַנד, לויבנדיק זײַן געראָטענעם סינטעז פֿון אויטענטישער שפּראַך און קולטור.

Image by Yiddish Book Center
במשך פֿון זעקס וואָכן אין נאָוועמבער און דעצעמבער וועט דער ייִדישער ביכער־צענטער אָנפֿירן מיט אַן אינטענסיוון אָנהייבער־קורס אָנלײַן, ניצנדיק זײַן נײַ לערנבוך, „אין איינעם‟.
דאָס לערנבוך האָט הײַיאָר געוווּנען אַ פּרעמיע פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון מחברים פֿון לערנביכער און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען‟ צוליב זײַן אייגנאַרטיקן סטיל פֿון לערנען שפּראַך. איין ריכטער האָט באַמערקט: „במשך פֿון די יאָרן האָב איך שוין געזען אַ סך לערנביכער פֿון פֿרעמדע שפּראַכן אָבער דאָס בוך איז געווען אַזוי פֿאַרכאַפּנדיק, אַז ס׳איז מיר געווען שווער זיך אַוועקצורײַסן דערפֿון. ס׳איז דער בעסטער סינטעז פֿון אַן אויטענטישער שפּראַך און קולטור (סײַ וואָס שייך דעם טאָג־טעגלעכן לשון, סײַ וואָס שייך דער הויכער קולטור) וואָס איך האָב אַ מאָל געזען אין אַ לערנבוך פֿון אַ פֿרעמדער שפּראַך.‟

Image by Yiddish Book Center
דער קלאַס טרעפֿט זיך צוויי מאָל אַ וואָך, אָנהייבנדיק פֿונעם 8טן און 9טן נאָוועמבער. אויב איר קענט עמעצן וואָס וואָלט זיך אפֿשר געוואָלט פֿאַרשרײַבן אויפֿן קלאַס, לאָזט זיי וויסן אַז מע קען עס טאָן דורכן געבן אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
