Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַן אַלט ייִדיש ספֿרל ווײַזט ווי ייִדן האָבן געפּרוּווט פֿאָרויסזען די צוקונפֿטAn old booklet in Yiddish describes how Jews practiced fortune-telling

כאָטש די מינהגים באַשריבן אין „ספֿר גורלות‟ שטאַמען פֿון אוראַלטע אַראַבישע קוואַלן, האָט ער אַן אוניקאַלן מיזרח־אייראָפּעיִשן טעם.

זוכנדיק ביכער וועגן סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער אין דער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, האָב איך לעצטנס אָנגעטראָפֿן אויף אַ ביכל, „ספֿר הגורלות‟ — אַ זעלטענע קליינע בראָשור אויף ייִדיש, 36 זײַטלעך, וווּ עס ווערט באַשריבן אַ קאָמפּליצירטער מאַגישער מעטאָד פֿון פֿאָרויסזען די צוקונפֿט. אויף די לעצטע דרײַ זײַטלעך ווערט אויך געבראַכט עטלעכע אַלכעמישע רעצעפּטן.

קיינער פֿאַר מיר האָט אַפֿילו נישט געעפֿנט דאָס ספֿרל – די זײַטלעך האָט מען אַפֿילו נאָך נישט געהאַט צעשניטן.. מיר האָט זיך אײַנגעגעבן זיי פֿאָרזיכטיק פֿאַנאַנדערצולייגן, הגם אין דער מיט זענען זיי געווען צונויפֿגעקלעפּט, און פֿון פֿאַרשיידענע ווינקלען אָפּצופֿאָטאָגראַפֿירן.

ווי איך האָב זיך באַלד דערוווּסט, האָט דער וואַרשעווער דרוקער יוסף לעבענסאָן אַרויסגעגעבן די בראָשור אין 1870 אָדער 1873 (אויפֿן ייִדישן און רוסישן שער־בלאַט שטייען סתּירותדיקע דאַטעס). עס ווערט געמאָלדן, אַז דער מחבר איז געווען רבינו סעדיה גאָון, נאָר דאָס איז זיכער נישט אמת. סעדיה גאָון, דער גרויסער ייִדישער פֿילאָסאָף פֿונעם 10טן יאָרהונדערט, איז געווען אַ ראַציאָנאַליסט, אַ פּרינציפּיעלער קעגנער פֿון אַסטראָלאָגיע און גורלות.

שטעלט זיך די פֿראַגע: צי מעג מען על־פּי הלכה זיך פֿאַרנעמען מיט גורלות? אינעם שולחן־ערוך שטייט געשריבן, אַז מע טאָר נישט. די תּורה זאָגט: תּמים תּהיה עם ה׳ אלוקיך – זײַ ערלעך מיטן רבונו־של־עולם און טרעף נישט דעם עתיד דורך צווייפֿלהאַפֿטיקע חכמות. בײַ ייִדן זענען אַ מאָל אָבער געווען ברייט פֿאַרשפּרייט מומחים אינעם דאָזיקן געביט; אַן „עכטער‟, אויסגעפּרוּווטער גורל, זאָגן זיי, איז דווקא אַ גרויסע און אַ הייליקע זאַך – הגם ס׳איז פֿאַראַן אַ סכּנה, אַז מע קאָן זיך אַליין, חלילה, אָנווינטשן דערמיט עפּעס שלעכטס. אין יעדן שטעטל האָבן געוווינט געניטע טרעפֿערקעס.

אין פֿאַרגלײַך מיט כּלערליי ערנסטע לשון־קודשדיקע ספֿרי־גורלות, איז יענער וואַרשעווער ספֿר זיכער נישט אַרויס פֿון דער רבניש־ישיבֿישער סבֿיבֿה. זײַענדיק אָנגעשריבן אויף אַ פּשוטן מאַמע־לשון, האָבן די דרוקער זיך גערעכנט אויף פּשוטע ייִדיש־רעדער.

אַ סך ייִדישע גורלות שטעלן מיט זיך פֿאָר וואַריאַציעס פֿון געאָמאַנטיע (geomancy), אַן אַראַבישע סיסטעם פֿון גורל־החול [נבֿיאות זאָגן]. לויטן קלאַסישן מעטאָד, וואַרפֿט מען אַ הײַפֿל שטיינדלעך אויפֿן טרוקענעם זאַמד. דערנאָך באַטראַכט מען, ווי אַזוי די שטיינדעלעך צעפֿאַלן זיך און לויט אַ געוויסן מאַטעמאַטישן חשבון, צו מאָל אַ קאָמפּליצירטן, געפֿינט מען די ענטפֿערס אויף די געשטעלטע קשיאות.

אין מײַן היים־ביבליאָטעק האָב איך אַ תּימנער ספֿר אויף דער דאָזיקער טעמע, אָנגעשריבן אויפֿן ייִדישן דיאַלעקט פֿון אַראַביש. ווי באַלד אַ סך אַזעלכע ספֿרים שטאַמען פֿון אַראַבישע קוואַלן, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז עמעצער וואָלט באַשלאָסן, אַז סעדיה גאָון איז אויך געווען אַ מומחה אינעם גורל־החול; זײַנע ספֿרים האָט ער דאָך אויך מחבר געווען אויף ייִדיש־אַראַביש.

fortune-telling

Kamal-ol-molk, “Fortune-teller From Baghdad” (1899) Image by Wikimedia Commons

אין ייִדישע וואַריאַנטן – הגם זיי טראָגן אָפֿט דעם זעלביקן נאָמען – גורל־החול, דער זאַמד־גורל – נעמט מען, געוויינטלעך, אַ פֿעדער און אַ שטיקל פּאַפּיר; מע פֿאַרמאַכט די אויגן און מע „צעוואַרפֿט‟ טינט־פּינטעלעך אויף טראַף. פֿון עלטערע ווײַסרוסישע ייִדן האָב איך געהערט, אַז אַפֿילו אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿלעגן געוויסע שטעטלדיקע ייִדישע מומחים, כּלומרשט, אַזוי לייזן פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען – למשל, געפֿינען צווישן ביימער אַן אַנטלאָפֿענע בהמה.

דער וואַרשעווער מעטאָד געהערט צו דער דאָזיקער פּאַפּיר־קאַטעגאָריע, אָבער ס׳איז אָנגעפֿילט מיט אַ באַזונדערס רײַכן סימבאָליזם. קודם־כּל, ווערט אינעם ספֿר דערקלערט, אַז איידער מע וואַרפֿט גורל, מוז מען האָבן אַ ריינע כּוונה; ווי עס זעט אויס, דאַרף מען אַרײַנפֿאַלן אין אַ מין טראַנס, הגם דער אַנאָנימער ייִדישער מחבר באַנוצט זיך נישט מיט אַזאַ הײַנטצײַטיקער טערמינאָלאָגיע.

מע קאָן פֿרעגן 36 פֿאַרשיידענע שאלות, לויט ספּעציעלע טאַבעלעס פֿון מזלות, מלכים, בהמות און עופֿות. ס׳רובֿ שאלות האָבן זייער אַ ייִדישלעכן שטעטלדיקן טעם: וועגן קינדער, חתנים און כּלות, געזונט און פּרנסה, צי אַ מאַן וועט איבערלאָזן זײַן געליבטע און זיך אומקערן צו זײַן ווײַב, צי מע זאָל פֿאַרקויפֿן אַ פֿערד…

„קלופּטרא המלכּה באַפֿעלט צום לייב (אַזוי שרײַבט דער מחבר איר נאָמען)… תּגלת פּלאסר באַפֿעלט צום איינהאָרן… תּלמי המלך באַפֿעלט צום סויבל… שישק מלך מצרים באַפֿעלט צום טכויר… דאָס לעמעלע לויפֿט צו דער יונגער טויב, דער אָקט לויפֿט צו דער אַלטער טויב… דאָס וויזעלע לויפֿט צו דעם פּיקהאָלץ, דער איינהאָרן לויפֿט צום קוקוק, דער סויבל לויפֿט צום שטאָקאײַל‟. מיט דער הילף פֿון אָט אַזאַ בונטן בוקעט סימבאָלן קאָן מען אַ קוק טאָן אין דער צוקונפֿט.

סאַראַ קאַליידאָסקאָפּ! ס׳איז קלאָר, אַז דער אורקוואַל פֿון אונדזער ספֿר איז טאַקע אַן אַראַבישער: עס גייט אַ רייד וועגן דער מיצרישער מלכּה קלעאָפּאַטרע, לייבן און קעמלען. נאָר עס באַווײַזן זיך אויך, ווי בעת די מכּות־מצרים, אַלערליי געמישן פֿון אַנדערע חיות און פֿויגלען: דער רוסישער סויבל, דער לעגענדאַרער מערבֿ־אייראָפּעיִשער איינהאָרן, דער פּיקהאָלץ, די קוקאַווקע („קוקוק‟) און סאָווע („שטאָקאײַל‟).

אויף וואָס טויגן דעם הײַנטיקן מענטשן אָט־די „נאַרישקייטן‟? קודם־כּל, זענען אַזעלכע ספֿרים רײַכע קוואַלן פֿון פֿאָלקלאָרישע סוזשעטן, וואָס האָבן אַן אייגנאַרטיקן ראָמאַנטישן, ליטעראַרישן און אַפֿילו פּאָעטישן טעם. צווייטנס, זענען זיי אַ וויכטיקער אוצר פֿון אַלטער גוטער ייִדישער טערמינאָלאָגיע. מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק האָט אַרעלע ווישוואַנאַט איבערגעזעצט דאָס ערשטע בוך וועגן האַרי פּאָטערן; די איבערזעצונג האָט זיך באַקומען טאַקע אַ געראָטענע. ווען עמעצער פֿאַרנעמט זיך מיט אַזאַ מין עסק, איז כּדאַי זיך בעסער צו באַקענען מיט אונדזערע אייגענע פֿאָלק־ספֿרים וועגן גורלות, סגולות, שפּרוכן, אַלכעמיע און מאַגיע. זיי וואַלגערן זיך, נעבעך, אין ביבליאָטעקן, און בלײַבן נאָך כּמעט אינגאַנצן אומבאַקאַנט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.