שאול זאַריט דערקלערט „טײַטש־מאַניפֿעסט‟ אויף קאָנפֿערענץ פֿון ייִדיש־איבערזעצערSaul Zaritt presents ‘translation manifesto’ at Yiddish translators’ conference
דער האַרוואַרד־פּראָפֿעסאָר האָט דערקלערט אַז אַ מאָל מוז אַן איבערזעצער נוצן טערמינען וואָס ווײַכן פֿונעם אָריגינאַל.
אין אַן אינטערעסאַנטן אינטערוויו מיטן ייִדישן אַקטיאָר יעקבֿ לעווין געפֿירט אין 2004, טענהט ער, אַז ייִדיש איז אוממעגלעך אַדעקוואַט איבערצוזעצן אויף וועלכער־ניט־איז אַנדער שפּראַך.
איז טאַקע אַזוי? אָט די קשיא האָט מען פּרטימדיק אַרומגערעדט אויף אַ קאָנפֿערענץ באַטיטלט „ייִדיש און איבערזעצונג‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 30סטן אויגוסט ביזן 1טן סעפּטעמבער אין פּאַריז. די אונטערנעמונג איז געשטיצט געוואָרן פֿונעם „פֿאָרשצענטער פֿון מיטללענדישער פֿאָרשאַרבעט בײַם נאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿאַר אָריענטאַלישע שפּראַכן און ציוויליזאַציע אין פּאַריז‟ און דעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער – מעדעם ביבליאָטעק‟.
דער פּסק פֿון די מומחים? ניין, ס׳איז דווקא יאָ מעגלעך איבערצוזעצן ווערק און דאָקומענטן פֿון ייִדיש אָדער אויף ייִדיש; עס זענען אָבער פֿאַראַן פֿאַרשיידענע וויכטיקע ניואַנסן, וואָס פֿאָדערן אַ פּרטימדיקן אַנאַליז.
די קאָנפֿערענץ האָט לכתּחילה געזאָלט פֿאָרקומען פּנים־אל־פּנים אין פּאַריז אָבער צוליב דער קאָראָנאַ־עפּידעמיע האָט מען זי אַריבערגעפֿירט אויף דער אינטערנעץ, בראָש מיט פּאַריזער אָרגאַניזאַטאָרן און מאָדעראַטאָרן.
זײַענדיק אַליין אַן איבערזעצער און מחבר פֿון אַרטיקלען אויף ייִדיש וועגן וויסנשאַפֿט, בין איך אויך אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע, באַשרײַבנדיק ווי אַזוי אַ הײַנטצײַטיקער ייִדישער שרײַבער קאָן שילדערן אַזעלכע זאַכן, ווי קוואַנט־פֿיזיק און קאָסמישע נסיעות אויף אַ לשון, וואָס זאָל קלינגען נאָרמאַל און נישט אָנגעשטאָפּט מיט אומפֿאַרשטענדלעכע נעאָלאָגיזמען צי איבעריקע קאַלקעס פֿון ענגליש.
די אונטענעמונג האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ לענגערן רעפֿעראַט פֿון שאול־נועם זאַריט (האַרוואַרד). אין זײַן „טײַטש־מאַניפֿעסט‟ האָט ער פֿאָרגעשטעלט אַן אייגנאַרטיקע פּערספּעקטיוו מיט אַ פּראָוואָקאַטיוון טעם. זאַריט טענהט, אַז ווען מע זעצט עפּעס איבער אויף אַן אַנדער לשון, מוז דער איבערזעצער סײַ־ווי־סײַ אויסנוצן פֿאַרשיידענע „קרומע‟ מיטלען, וואָס ווײַכן פֿונעם אָריגינאַל.
דער עלטסטער כּתבֿ־יד אויף ייִדיש, אָנגעשריבן אין 1384, באַשטייט אין אַ גרויסער מאָס פֿון איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט „דוכּוס האָראַנט‟ – אַ טייל פֿון אַן אוראַלטער דײַטשישער מעשׂה. דער אומבאַקאַנטער אַלט־ייִדישער מחבר שרײַבט אַזוי: „דאָ גינג זי צו תּיפֿלה‟ (דאַן איז זי געגאַנגען אין קלויסטער). דאָס וואָרט „תּיפֿלה‟ איז אַ פּעיאָראַטיוו צונעמעניש פֿון אַ קריסטלעך געבעטס־הויז. פֿאָרט, הגם דער איבערטײַטשער האָט בכּיוון פֿאַרייִדישט דעם אָריגינאַל, האָט זיך אים אײַנגעגעבן אָפּצוהיטן דעם גײַסט פֿונעם ריטערישן עפּאָס.
אַן אַנדער בײַשפּיל איז ווי אַזוי מע קאָן איבערזעצן אויף ייִדיש די הײַנטיקע געשעענישן, וואָס האָבן צו טאָן מיט „בלעק לײַווס מעטער‟. צי מעג מען שילדערן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ווי „שוואַרצע‟? בוכשטעבלעך איז עס, אַוודאי, ריכטיק, אָבער אין געוויסע קרײַזן, בפֿרט בײַ די חסידים, האָט דאָס דאָזיקע וואָרט אַ ראַסיסטישן טעם; ממילא מוז מען אויסטראַכטן לענגערע און עטוואָס אומפּינקטלעכע, אָבער נייטראַלע ייִדישע טערמינען.
זאַריט ברענגט אויך באַלערנדיקע בײַשפּילן פֿון אַלטע פֿאָרווערטס־נײַעס. צי מעג מען שרײַבן אויף ייִדיש „סטייט סענאַט‟ און „אינדזשאָנקשאָנס‟? אין 1931 פֿלעגט דער פֿאָרווערטס שרײַבן אַזוי. די ייִדישע טערמינאָלאָגיע האָט זיך זינט דעמאָלט היפּש אַנטוויקלט; הײַנט דאַרפֿן מיר זיכער נישט אַזעלכע טראַנסקריפּציעס. פֿאָרט, שרײַבן די חסידישע אויסגאַבעס ווײַטער אין אָט אַזאַ צווייפֿלהאַפֿטיקן נוסח; זיי האַלטן, אַז דווקא אַזוי איז גרינגער און פֿאַרשטענדלעכער.
אין דער זעלבער צײַט, דערקלערט זאַריט, ווי באַלד ס׳איז אוממעגלעך איבערצוזעצן אַלץ גענוי ביז דער לעצטער פּיטשעווקע, דאַרפֿן מיר זיך נישט זאָרגן צו פֿיל וועגן דעם און קאָנען איבערזעצן ווײַטער וואָס און ווי מע וויל.
בסך־הכּל, האָבן זיך אינעם ווירטועלן ווידעאָ־זאַל באַטייליקט 25 אָנטיילנעמער און אַרום 150 צוקוקער. בײַם אָנהייב, האָט מען זיך געקליבן צו געבן אַלע לעקציעס אויף ענגליש. למעשׂה האָט מען כּסדר גערעדט אויף ייִדיש, ווײַל די שפּראַך האָט דער גאַנצער עולם געקאָנט פֿאַרשטיין. מע האָט געשאַפֿן אַ ספּעציעלע וועבזײַט; אַלע רעפֿעראַטן – אַ טייל אויף ייִדיש, אַ טייל אויף ענגליש – קאָן מען הערן דאָ. מע פּלאַנירט אויך אַרויסצוגעבן אַרטיקלען אויף די באַהאַנדלטע טעמעס אין אַן אַקאַדעמישער אויסגאַבע.
צום גרעסטן טייל, האָט מען געשמועסט וועגן 5 שפּראַכן: ייִדיש, רוסיש, ענגליש, פֿראַנצויזיש און העברעיִש. יהושע פּרײַז (קאָלומביע־אוניווערסיטעט) האָט פֿאַרגליכן צוויי ייִדישע איבערזעצונגען פֿון „פּאַריזער סודות‟ (Mystères de Paris) – גאָר אַ פּאָפּולערער פֿראַנצויזישער ראָמאַן וועגן פֿאַרברעכער פֿון 1842־1843, אַ ווערק פֿון עזשען סיו. אָלגאַ ווינאָגראַדאָוואַ (מאָסקווער העכסטע שול פֿון עקאָנאָמיק) האַט דערציילט, ווי אַזוי די איבערזעצונגען פֿון שיקע דריזן זענען געוואָרן אַ טייל פֿון דער רוסישער קינדער־ליטעראַטור.
נעמי ברענער (שטאַט־אוניווערסיטעט פֿון אָהײַאָ) האָט באַשריבן די קאָמפּליצירטע גילגולים פֿון געוויסע סוזשעטן צווישן ייִדישע און העברעיִשע פּאָפּולערע שונד־דראַמעס וועגן דעם שווערן גורל פֿון פֿרויען – פֿאַקטיש, טשיקאַווע בײַשפּילן פֿון צווישן־שפּראַכיקן פּלאַגיאַט. די שונד־ביכער, שטאַמענדיק פֿון פֿראַנקרײַך און ממש איבערחזרנדיק איינער דעם צווייטן, האָבן געהאַט אַזעלכע שרײַענדיקע נעמען, ווי „סאַבינע: אַ ראָמאַן פֿון אַ קראַנקן־שוועסטער‟; „אַבֿיבֿה: ליבע און אַווענטיורן פֿון אַ יונגער קראַנקן־שוועסטער‟ (אויך העברעיִש) און „רעגינע: טראַגישע ליבע פֿון אַן אָרעם ייִדיש מיידל‟.
פֿאַרוואָס אַזאַ טעמע? כ׳האָב שוין לאַנג באַמערקט, אַז די איבערזעצערישע ייִדיש־טעטיקייט האַלט אין די לעצטע יאָרן אין שטײַגן סײַ אין אַמעריקע, סײַ אין דער מערבֿדיקער און מיזרחדיקער אייראָפּע. פֿון אַנדערע ייִדישיסטן האָב איך שוין עטלעכע מאָל געהערט דעם פֿאָרשלאָג, אַז ס׳איז געקומען די צײַט צו אָרגאַניזירן די איבערזעצער דורך אינטערנאַציאָנעלע פֿאַרזאַמלונגען.
ווי אַ פּועל־יוצא האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן שוין אָנגעהויבן פּלאַנירן אַ צווייטע איבערזעצונג־קאָנפֿערענץ אין 2022, וואָס וועט פֿאָרקומען אין דיסעלדאָרף, און אויף שײַכותדיקע טעמעס – אַ צווייטע פֿאַרזאַמלונג ווידער אין פּאַריז.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor