Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיינס פּאַראַדאָקסאַלע וויזיעPoet Jacob Glatstein’s Paradoxical Vision

דער פּאָעט זוכט אַן עצה אויף דער פֿראַגע, וואָס קאָנען די שארית־הפּליטה טאָן מיטן גוואַלדיקן חושך אין זייערע נשמות?

דעם פֿאַרגאַנגענעם דאָנערשטיק האָט דער פֿאָרווערטס פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערעסאַנטן ווידעאָ וווּ דער גרויסער ייִדישער דיכטער יעקבֿ גלאַטשטיין דערקלערט, וואָס אַ פּאָעט בכלל, און אַ ייִדישער פּאָעט בפֿרט, דאַרף טאָן נאָכן חורבן. זײַן פּראָוואָקאַטיווע רעדע בלײַבט עד־היום וויכטיק און אַקטועל.

גלאַטשטיין דריקט אויס אַ פּאַראַדאָקסאַלן געדאַנק: אַז די קרבנות פֿונעם חורבן, זייערע קרובֿים, און די ייִדן בכלל, זענען „טרעגער פֿונעם גוואַלדיקן שלעכטס‟. ווי גלאַטשטיינס שטייגער איז געווען, גייט ער נישט אַרײַן צו פֿיל אין די פּרטים; וויסנדיק זײַן אינטראָספּעקטיוון געדאַנקען־גאַנג קאָן מען זיך אָבער משער זײַן, וואָס ער האָט געמיינט: ווען מע שילדערט ווידער און ווידער דעם חושך פֿון די נאַצי־פֿאַרברעכנס, וועקט מען זיי כּסדר אויף, אין אַ געוויסער מאָס, אינעם מענטשלעכן באַוווּסטזײַן.

הײַנט זעען מיר, אַז אַ סך יונגע ייִדן ווילן נישט וויסן צו פֿיל פּרטים וועגן דעם נאַצי־גענאָציד. אויך אין מיזרח־אייראָפּע רופֿט די חורבן־בילדונג אַרויס היפּוכדיקע רעאַקציעס. טיילווײַז איז עס פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס דער עולם דאָרטן וויל נישט הערן, אַז זייערע שכנים אָדער אַפֿילו קרובֿים זענען געווען פֿאַרמישט אינעם פֿאַרטיליקן די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון זייערע שטעט און שטעטלעך. ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַן אַנדער, פּשוטע סיבה: דער יונגער דור וויל מער נישט זײַן קיין „טרעגער פֿונעם שלעכטס‟; ער וויל נישט ווידער און ווידער איבערלעבן אין כּוח־הדמיון — דאָס הייסט, גײַסטיק איבערחזרן כּסדר — יענץ שלעכטס, באַוווּסטזיניק צי נישט.

פֿאָרט, רופֿט גלאַטשטיין זײַן מיטצײַטלער־פּאָעט צו ווערן „אַ צונג פֿונעם דור‟. ווי אַזוי? צו איגנאָרירן דעם חורבן טאָר מען זיכער נישט. צו שרײַבן מרה־שחורהדיקע לידער ביז מע נעמט זיך, חלילה, דאָס לעבן, ווי עס האָט געטאָן פּאָל צעלאַן, איז אויך נישט קיין עצה. גלאַטשטיינס ענטפֿער אויף דער שווערער קשיא, ווי מע זעט פֿון זײַנע ווערק, איז געווען: איר מעגט שרײַבן לידער וואָס קלינגען ביטער און מרה־שחורהדיק, אָבער בלײַבט ענערגיש און נישט צו פּעסימיסטיש.

אָפֿטמאָל באַטאָנט מען אין גלאַטשטיינס ביאָגראַפֿיעס, אַז אין 1937 אָדער 1938 האָט ער פֿאָרויסגעזאָגט דעם חורבן, ווי מע הערט אין דעם ווידעאָ, וווּ ער לייענט אַליין פֿאָר זײַן ליד „אַ גוטע נאַכט, וועלט‟. גלאָטשטיין איז נישט געווען דער איינציקער נבֿיא אַזאַ: אַבֿרהם סוצקעווער האָט נאָך אין 1936 אָנגעשריבן דאָס ליד, „ציגײַנערישער האַרבסט‟, וווּ ער זאָגט אַפֿילו פֿאָרויס, אַז פֿון די ציגײַנער וועט ווערן אַש. אין דײַטשלאַנד האָט מען דעמאָלט שוין געהאַט אײַנגעפֿירט די ראַסיסטישע געזעצן, דערפֿאַר זענען אַזעלכע נבֿואות לאַוו־דווקא איבערנאַטירלעכע.

אין זײַן ליד „אַ גוטע נאַכט, וועלט‟ קלינגט גלאַטשטיין אַליין טיף אַנטי־דעמאָקראַטיש, אַנטי־פּראָגרעסיוו, און מאַכט אַפֿילו חוזק פֿון אַלע מערבֿדיקע וועלט־ווערטן. עקסטרעם רעכטע דיכטער פֿון יענער תּקופֿה האָבן פֿאַקטיש געשריבן מיטן זעלבן טאָן! באַקומט זיך, אַז דער פּאָעט האָט טיף דערשפּירט „דאָס שלעכטס פֿונעם דור‟ און עס אויסגעדריקט אויף אַ מײַסטערישן אופֿן.

נאָכן חורבן איז גלאַטשטיין אַליין געוואָרן „אַ צונג פֿונעם דור‟. דעם חורבן און אַנדערע ייִדישע צרות דערמאָנט ער כּסדר, נאָר אָפֿט מיט אַ ביסל פֿאַרצווייפֿלטער, פּאַראַדאָקסאַלער אינטאָנאַציע:

וויפֿל ייִד קען איך אין זיך אָפּשמדן, מישטיינס געזאָגט? אַ כּזית. אַזויפֿיל רחמנות קען מען נאָך בײַ מיר אויסבעטלען פֿאַר די קינדער פֿון מײַנע מצורעדיקע שׂונאים.

זײַענדיק אַ „טרעגער פֿונעם שלעכטס‟, דריקט ער אויס אַ האָפֿענונג, אַז די שׂינאה – סײַ צו ייִדן, סײַ מצד די קינדער פֿון ייִדישע קרבנות צו די קינדער פֿון די נאַציס – קאָן אָפּגעשוואַכט ווערן. נאָך אַ בײַשפּיל:

זײַ רויִק, לעבעדיקער פּאָעט.

קאָנסט וויינען, לאַכן, זיך רײַסן אין איינזאַמקייט די האָר.

די לוויה־פֿייגל וועלן שנאַפּן,

אָבער זיי וועלן דיר חלילה ניט ווינטשן קיין לעבעדיק יאָר.

„שנאַפּן‟ איז אַ דײַטשמערישער סינאָנים פֿון „כאַפּן‟; מורה־שחורהדיק, נאָר אַ ביסל איראָניש.

ס׳איז כּדאַי זיך בכלל בעסער צוצוקוקן צו גלאַטשטיינס פֿילאָסאָפֿיש־פּסיכאָלאָגישער ירושה. זײַענדיק אַן אויסגעצייכנטער דיכטער, איז ער אויך געווען אַן אייגנאַרטיקער, הגם אַ „צעשויבערטער‟, באַוווּסטזײַן־שטראָמיקער דענקער.

אַ ביסל געשיכטע. יעקבֿ גלאַטשטיין איז געבוירן געוואָרן אין לובלין. אין 1914 האָט ער זיך געלאָזט צו זײַן פֿעטער קיין אַמעריקע. ער האָט אַרײַנגעשיקט עטלעכע לידער צו דער אַנאַרכיסטישער צײַטונג, “פֿרײַע אַרבעטער שטימע” אָבער דעם רעדאַקטאָר, שאול־יוסף יאַנאָווסקי, זענען זיי נישט געפֿעלן. האָט דער פּאָעט זיך געגעבן אַן עצה און צוגעשיקט זײַנע ווערק אונטערן נאָמען פֿון אַ פֿרוי. די מיסטיפֿיקאַציע האָט געפּועלט און יאַנאָווסקי האָט אָנגעשריבן אַן עדיטאָריאַל לכּבֿוד דער „פּאָעטעסע קלאַרע בלום‟.

אָט דער בײַשפּיל ווײַזט, אַז גלאַטשטיין האָט געהאַט אַן אימפּעטיקן, צומאָל אַן אַוואַנטוריסטישן כאַראַקטער. אין 1920 האָט ער, בשותּפֿות מיט אַהרן גלאַנץ־לייעלעס און נחום־ברוך מינקאָוו, געגרינדעט אַ חידושדיקן ייִדישן פּאָעטישן קרײַז – די אינזיכיסטן. די גרופּע האָט זיך פֿאָקוסירט אויף דער נשמה־וועלט פֿון אַ יחיד. אַ גרויסע ראָלע האָבן זיי געשפּילט אינעם אײַנפֿירן אין דער ייִדישער פּאָעזיע די אַמעריקאַנער נאָוואַטאָרישע פֿרײַע פֿערזן, אָפֿט מיט אומגעוויינטלעכע נעאָלאָגיזמען און קאָנסטרוקציעס. אָט אַזוי, למשל, האָט גלאַטשטיין געשילדערט די גאַסן פֿון ניו־יאָרק נאָך פֿאַר דער מלחמה:

פֿענצטער זענען פֿאַרשטיינט, ווי מצבֿות.

איך וויל אַריבער די גאַס.

אַלץ באַוועגט זיך ווידער אין נאַכט־טאַנץ,

ווי די קליינע לבֿנהלעך אויבן.

עס בליצן זילבערנע שיכלעך אויף די שטיינער.

עס זינגט אַ באַלויכטענער עראָפּלאַן

און איך אַליין צו זיך –

ווי אומבאַגרײַפֿלעך, אײַנגעגעסן, טרויעריק איז דאָס לעבן.

אָנגעשריבן שוין מיט אַ היפּשן שטיק מעלאַנאָכליע, אויסגעמישט מיט אַ טראָפּן ראָמאַנטיזם און איראָניע. ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז אַזאַ פּאָעט, וואָס האָט אָפֿט געקוקט אויפֿן עצם־לעבן ווי אויף אַ טראַגישן פּאַראַדאָקס, האָט זיך שפּעטער אײַנגעגעבן אָנצוּווענדן זײַנע כּוחות אין פֿאַרביטערטע, אָבער ענערגישע און נישט ייִאושדיקע חורבן־לידער.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.