Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די ייִדן און די סאַנטאַ־קלאַוסטעThe Jews and Mrs. Santa Claus

מיטל־עלטערלעכע אַשכּנזישע ייִדן האָבן געגלייבט אין פֿאַרשיידענע טראַדיציעס וועגן סײַ געטלעכע, סײַ דעמאָנישע פֿרוי־פּערסאָנאַזשן.

אַ ייִד, וואָס גלייבט אין סאַנטאַ־קלאַוס, קלינגט ווי אַ פּערסאָנאַזש פֿון אַן אַנעקדאָט, נאָר אַמאָל האָבן אַ טייל ייִדן געגלייבט אין אַ געוויסער מיסטישער פֿיגור, וואָס באַווײַזט זיך אינעם מיטל־עלטערלעכן דײַטשישן פֿאָלקלאָר ווי „די מאַמע פֿראָסט‟ – אַ מין סאַנטאַ־קלאַוסטע.

אין פֿאַרשיידענע ראַיאָנען פֿון דײַטשלאַנד טראָגט די דאָזיקע פֿיגור פֿאַרשיידענע נעמען: פֿרוי האָלע, האָלדע אָדער הולדע. ס׳רובֿ פֿאָלקלאָריסטן האַלטן, אַז אַ ריי אַנדערע געשטאַלטן און נעמען פֿון מיסטישע פֿרויען זענען פֿאַרבונדן איינס מיטן צווייטן: פּערכטע, בערכטע, פֿריג, פֿרעיע און נאָך עטלעכע. פֿרײַטאָג אָדער Friday אויף ענגליש מיינט עטימאָלאָגיש „פֿריגס טאָג‟, ווײַל די דאָזיקע גערמאַנישע געטין ווערט פֿון קדמונים אָן אידענטיפֿיצירט מיט ווענוס – דער רוימישער געטין און דעם פּלאַנעט – און פֿרײַטיק ווערט אַסאָציִיִרט אין אַסטראָלאָגיע דווקא מיט ווענוס. אויף ראָמאַנישע שפּראַכן הייסט פֿרײַטיק טאַקע „דער טאָג פֿון ווענוס‟: Veneris dies אויף לאַטײַניש.

Mrs. Santa

אַ סטאַטוע פֿון פֿרוי האָלע אינעם לונאַפּאַרק אין עפֿטעלינג, האָלאַנד Image by Wiki Commons

לויט די דײַטשישע פֿאָלק־טראַדיציעס, האָט פֿרוי האָלע באַזונדערס ליב צו באַזוכן הײַזער במשך פֿון 12 ווינטערטעג, אָנהייבנדיק פֿון ניטל. זי גייט אַרום פֿון הויז צו הויז און קוקט, צי די קינדער פֿירן זיך דאָרט אויף ווי עס דאַרף צו זײַן. אויב יאָ – בענטשט זי זיי און באַשיצט זיי, און אַז נישט – קען זי געפֿערלעך באַשטראָפֿן אַ קינד. האָלע ווערט אויך באַטראַכט ווי אַ שפּינערין. כּדי זי זאָל זיך נישט טשעפּען צו קינדער, פֿלעגט מען פֿאַר איר אָפּשנײַדן אַ צעפּל בײַ די מיידלעך, זי זאָל שפּינען דערפֿון אירע פֿעדעם, אָדער מע האָט זי מכבד געווען מיט ברויט, אויסגעפֿלאָכטן אין דער פֿאָרעם פֿון אַ צעפּל.

בײַ די דײַטשישע ייִדן איז אַמאָל געווען אָנגענומען דער מינהג, וואָס הייסט האָלע־קרייש. ווען מע האָט געגעבן אַ נײַ־געבוירן קינד דעם נאָמען, האָט מען דאָס קינד דרײַ מאָל אויפֿגעהויבן פֿונעם וויגעלע און געזאָגט: „האָלע־קרייש! ווי אַזוי זאָל דאָס עופֿעלע הייסן?‟

פֿאַרשטייט זיך, האָלע איז געווען פֿאַר ייִדן נישט קיין געטין, נאָר גיכער אַ סכּנותדיקע שדיכע, וואָס מע דאַרף אָפּשטויסן. מיט דער הילף פֿון נייטיקע סגולות, קאָן זי אָבער אויך קומען צונוץ.

הרבֿ יוסף פּערלס, אַ באַוווּסטער פֿאָלקלאָריסט אין אונגערן אינעם 19טן יאָרהונדערט, דערמאָנט אַ גאַנצע ריי סגולות, וואָס האָבן צו טאָן מיט האָלע, האָלדע, ווענוס, „דער מוטער ערד‟ און אַפֿילו „בער־מוטער”. למשל, דער מחבר פֿונעם באַקאַנטן ספֿר „אור זרוע‟, וועלכער האָט געוווינט אינעם 12טן יאָרהונדערט אין ווין, דערמאָנט טאַקע די סגולה אָפּצושנײַדן אַ צעפּל; דער מינהג הייסט „הולא לוקא‟ – האָלע־לאָק. אין אַ כּתבֿ־יד פֿון 1290 טרעפֿט זיך אויך אַ השבעה אויף אַלט־ייִדיש מיט אַ דירעקטער ווענדונג צו דער „שיינער האָלדע‟.

אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער בעסטער סגולה, וואָס פּערל האָט שוין דערמאָנט אין 1887, האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿייסבוק ד״ר חיים־אַליהו מאָזעסאָן. אין אַ כּתבֿ־יד, אָנגעשריבן בײַם סוף פֿונעם 15טן אָדער אָנהייב פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, שטייט געשריבן, אַז כּדי עמעצער זאָל זיך אין עמעצן פֿאַרליבן, דאַרף מען באַגראָבן אויף אַ קרייצוועג אַן איי פֿון אַ שוואַרצער הון צוזאַמען מיט אַ שפּיגל, און דערמאָנען די ליבע, וואָס „פֿרוי ווענוס האָט געהאַט צום הויקער‟. מאָזעסאָן באַמערקט, אַז דאָס איז זיכער אַ וואַריאַנט פֿון דער גריכישער מעשׂה וועגן דער ליבע צווישן צוויי געטער: די שיינע אַפֿראָדיטע און דעם האָרבאַטן העפֿעסט; אַפֿראָדיטע איז די גריכישע ווערסיע פֿון ווענוס. לויטן קבלה־ספֿר „רזיאל המלאך‟, איז די דאָזיקע פֿאַרבינדונ אויך באַקאַנט בײַ ייִדן. בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס האָט מאָזעסאָן אָבער באַטאָנט, אַז יענער ווענוס־נוסח איז בלויז אַ קאָפּיע פֿון אַ נישט־ייִדישן שפּרוך, וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט קבלה.

איך בין נישט מסכּים, הגם דאָס קאָן טאַקע זײַן אַ קאָפּיע. לויט אַלע סימנים, שטאַמט דער כּתבֿ־יד פֿון צפֿון־איטאַליע, וווּ קבלה איז געווען גאַנץ פּאָפּולער, אָפֿט אויסגעמישט מיט אויסטערלישע סגולות מכּל־המינים, לאַוו־דווקע ייִדישע. ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז אַ ייִדישער זאַמלער פֿון מאַגישע פֿאָרמולן, וואָס האָט געוווּסט אַ טאָלק אין אַסטראָלאָגיע און געהיימע שמות־הקודש, האָט פּשוט אויטאָמאָטיש געפֿאָלגט אַ גוייִשן רעצעפּט.

אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, דער מינהג צו באַקן געפֿלאָכטענע חלות שטאַמט פֿונעם מיטל־עלטערלעכן דײַטשלאַנד. אַ ריי היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז אַזאַ פֿאָרעם פֿונעם ברויט שטאַמט פֿון יענעם אַלטן דײַטשישן מינהג אָפּצוגעבן אַ סימבאָליש צעפּל דער מיסטישער פֿרוי האָלע.

איז דאָס אַלץ טאַקע אַ צופֿאַל? מיר דאַכט זיך, אַז לאַוו־דווקא. לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן, וואָס אַ מיטל־עלטערלעכער ייִד האָט געקאָנט האָבן אין זינען. די חלה איז פֿאַרבונדן מיט דער שבת־המלכּה – דער הייליקער שכינה. אינעם אַריז״לס זמר „אַזמר בשבֿחין‟, וואָס מע זינגט פֿרײַטיק־צ־נאַכטס נאָך קידוש, ווערן די צוויי חלות אויפֿן טיש באַטראַכט ווי די קרוין פֿון דער שכינה… און, אפֿשר, אירע צוויי סימבאָלישע צעפּ?

אינעם זוהר שטייט בפֿירוש געשריבן, אַז ווענוס איז, אין אַ געוויסן זיך, די שכינה. ווען די שכינה איז אין גלות, ווערט אָבער ווענוס די „נעסט‟ פֿון דער ווײַבלעכער סיטרא־אַחרא. לויטן דײַטשישן פֿאָלקלאָר, האָט פֿרוי האָלע דווקאַ אַ טאָפּלטע נאַטור: אַמאָל באַווײַזט זי זיך ווי אַ וווּנדערשיינע הימלישע פֿרוי, און אַמאָל – ווי אַ מיאוסע אַלטע מכשפֿה. מיר ווייסן, אַז אַ טייל ייִדן האָבן געגלייבט, אַז אַזאַ שדיכע עקזיסטירט, אַז זי איז פֿאַרבונדן מיט ווענוס, און ווענוס – מיט פֿרײַטיק. אפֿשר, איז די שבתדיקע חלה מסוגל סײַ מקבל־פּנים צו זײַן די שבת־המלכּה, די שכינה, סײַ אָפּצוּוואַרפֿן די פֿרײַטיקדיקע ווענוס־קליפּה?

ס’איז צו פֿרי און גוזמאדיק צו זאָגן, אַז ייִדן האָבן טאַקע אַזוי געטראַכט. פֿאָרט, קלינגען די דערמאָנטע אַסאָציאַציעס גרונטיק און לייגן זיך אויפֿן שׂכל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.